שאלה:

וויאזוי ווייסט א מענטש וויפיל השתדלות מען דארף אריינלייגן צו העלפן א קינד? וויפיל געלט, ענערגיע, כוחות, טעראפי, אא"וו. ווען הייסט עס שוין איבערגעריסן און מען דארף אויפהערן?

הרב אפרים שעהר:
בילד: הרב אפרים שעהר


פאר מיר זיך אהערצושטעלן ווי איך קען ענטפערן די שאלה, וויפיל א מענטש זאל אוועקגעבן צו העלפן א קינד, וואלט געווען די העכסטע מדריגה פון גאוה. אבער עטליכע שאלות וועלכע ווערן דא געפרעגט ווייזן אויף אסאך א טיפערע און וויכטיגערע שאלה.

די משנה אין פרקי אבות זאגט, "עשה לך רב והסתלק מן הספק" – מען האט פריער געפרעגט וועגן סגולות, יעצט וועגן די גדר פון השתדלות; די משנה האט פאר אונז אן אפענע פסק הלכה: עשה לך רב והסתלק מן הספק!

דו האסט א רב? ניין, דו האסט נישט? איז דער פראבלעם אסאך א גרעסערע... דער פראבלעם איז נישט אז מען ווייסט נישט וויפיל השתדלות צו טון, דער פראבלעם איז אז מען האט נישט קיין רב און מורה דרך!

ווען מען האט א רבי, א מורה דרך, א דעת תורה ביי וועם מען פרעגט אלע שאלות, און מען שמועסט אדורך יעדע ספק צו הערן דעת תורתו, בלייבט מען פריי פון ספיקות. איך קען נישט ענטפערן דא וויפיל געלט עלטערן זאלן אויסגעבן צו העלפן א קינד דערגרייכן ווייטער און העכער, איך קען נישט די משפחה, איך קען נישט די דעטאלן, איך ווייסנישט וואס ליגט אונטער די שאלה, עס קענען זיין א מיליאן אנדערע ענטפערס צו די שאלה, וויאזוי קען איך פון רעדן מיט אייך עטליכע מינוט ענטפערן אזא שאלה!?

די שאלה איז, פארוואס האט איר נישט א רב?

הרב דניאל העקסטער:

עס איז א גוטע שאלה און א שווערע שאלה. כ'ווייס נישט אויב עס איז פארהאן דערויף איין קלארע ענטפער. וואס כ'קען יא זאגן איז אז דאס איז א שאלה וואס מיר האבן אייביג. כ'געדענק ווען מיר זענען געווען אין באלטימאר און די הילף און טעראפיס וואס מען האט דארט צוגעשטעלט זענען געווען אסאך ווייניגער ווי אין ניו יארק. אונזער שאלה איז געווען אויב מיר זאלן זיך אויפהייבן מיט די גאנצע משפחה און זיך אריבערציען קיין ניו יארק.

לענ"ד דארף מען אייביג פרעגן די גרעסערע שאלה, מען דארף נעמען אין חשבון דעם פולן בילד. אודאי וויל מען טון דאס בעסטע פאר דאס קינד, אבער מען דארף גלייכצייטיג קוקן אויף די גאנצע משפחה, וויאזוי וועלן זיי אפעקטירט ווערן דורכדעם.

אודאי דארף מען זיך משתדל זיין,אבער עס איז פארהאן א נארמאלע סדר פון השתדלות. אויב כ'וועל דיר דערציילן אז עס איז פארהאן א געוויסער דאקטאר אין האנג קאנג, ווערט מען מחוייב אהינצופארן?

דאס זעלבע איז מיט מעדיצין. עס איז פארהאן א געוויסע נארמאלע סדר הנהגה וואס מיר זענען ערווארטעט צו טון אלס השתדלות. זענען מיר מחויב צו טון מער ווי די נארמאלע סדר העולם? אויסרייסן און איבערקערן וועלטן איז מען זיכער נישט מחויב צו טון. עס איז פארהאן דער נארמאלער אנגענומענער סטאנדארט, און דאס איז השתדלות. סיי וואס מער פון דעם, איז מען נישט מחוייב צו טון.

בילד: הרב משה רוטברג

הרב משה רוטברג:

כ'וויל נאר צולייגן איין נקודה. אסאך מאל ווען מען פרעגט זיך די שאלה ליגט דערין גאר עפעס אנדערש, דהיינו, שולד געפילן. עלטערן פייניגן זיך אסאך מאל מיט געפילן, כ'בין נישט גענוג א גוטע טאטע, כ'בין נישט קיין געטרייע מאמע, אפשר דארף איך טון אסאך מער...

מענטשן קומען אסאך מאל צו מיר מיט שאלות, און דער חסרון פון זיין סיי א רב און סיי א טעראפיסט איז אז מענטשן ערווארטן איך זאל אלעס וויסן... זיי מיינען איך האב עפעס מער ענטפערס פון א צווייטן...

איין זאך איז זיכער, דער נארמאלער סטאנדארט וואס עלטערן זענען מחויב צו טון פאר זייערע קינדער, האט איר שוין אלע געטון. עס איז נישט צום גלייבן וויפיל אידישע טאטע און מאמע גייען ווייטער פון זייערע פליכטן און לייגן צו חומרה על גבי חומרה, צו העלפן זייערע קינדער. ווען מען פרעגט די שאלה איז עס אסאך מאל פשוט צו שפייזן די שולד-געפילן וועלכע באגראבן גוטע הערצער, נישט אזוי ווייט צי מען זאל יא אדער נישט עפעס טון.

מיר מוזן געדענקען אז מען טאר זיך אליינס אויך נישט דן זיין.

מיר גייען אדורך נסיונות און מען הערט אז דא און דארט איז איינער אויפגעקומען מיט עפעס אן עצה, א נייע הילפס מעטאדע, מיינט עס נישט אז מען מוז איבעראל ארומלויפן. א מאמע פון א קינד מיט סקיצאפרעניע רופט מיר אן יעדע פאר וואכן אז זי האט געהערט איבער א פרישע שטודיע, א פרישע מעטאדע, א נייע מהלך, סגולה אדער מעמבערשיפ, און איך פרעג אלץ די ערשטע זאך, דו שפירסט אז דו וועסט זיין א שלעכטע מאמע אויב דו וועסט נישט נעמען יעצט דיין קינד צום סאוט אפריקע יוניוועריסיטעט פאר זייער קומענדיגע שטודיע? און איר ענטפער איז אייביג יא.

מיין ענטפער איז, אז אויף וואס זי דארף ארבעטן איז אויף די געפיל. קודם ארבעט אויף דעם, נאכדעם וועט מען שוין קעיר נעמען פון אלע אנדערע שאלות.

מיין פערזענליכע הרגשה איז אז מען האט אמאל מורא אז וויבאלד די קינדער וועלן קיינמאל נישט קענען חתונה האבן, זאלן זיי נישט חלילה באהאנדלט ווערן ווי עפעס א סוג ב', און וועגן דעם גייט מען אראפ פון זינען. אויב אויב איך בין נישט ריכטיג, ביטע פאררעכט מיך. עס איז פארהאן א געוויסע נארמע וואס איז דער נארמאלער סדר העולם. א משפחה דארף קענען פונקציאנירן. אסאך מאל ווען עלטערן פאקוסירן צופיל אויף איין קינד, ווערט די גאנצע משפחה צעפארן וועגן דעם.

בילד: הרב ישראל בער שטיין

הרב ישראל בער שטיין:

אזויווי מען האט פריער געזאגט, אויף השתדלות איז נישט שייך צו ענטפערן איין קלארע תשובה פאר יעדן. עס איז אלעמאל אנדערש. איין כלל איז אבער יעדן נוגע, און דאס איז וואס מען ווייסט פון חובת הלבבות און פון אלע צדיקים, דאס איז אז יעדע זאך וואס איז נישט גראד, הייסט נישט קיין השתדלות.

א זאך וואס איז נישט נארמאל דרך העולם, פאר'ן אויף יענע עק וועלט און איבערלאזן די שטוב אויף א שטיק צייט, דאס גייט נישט אריין אין גדר פון השתדלות. איינמאל עס גייט נישט אריין אין די חיוב, טאר מען עס נישט טון וויבאלד מען איז מחויב אין די צייט צו העלפן די אנדערע קינדער.

נאך א זאך וואס איז זיכער, פשוט הלכה'דיג, עטליכע פרעגן דא א שאלה וואס איז א 'חיוב' צו טון און וואס איז נישט א חיוב. עס איז זיכער אז עס איז גארנישט ווייניגער א חיוב און אפשר גאר א גרעסערע חיוב, מחנך צו זיין די קינדער וואס זענען מחויב במצוות. דאס איז דאך א חיוב מן התורה, חובת האב על הבן, צו מחנך זיין אנדערע קינדער. אויב די איבריגע ריבוי ההשתדלות וועט אוועקנעמען פון די פשוטע חינוך פון די אנדערע קינדער, איז בכלל נישט קיין שאלה אז מען דארף עס נישט טון. און אז מען דארף עס נישט טוהן, טאר מען עס נישט טוהן ווייל מען דארף זיך אפגעבן מיט די אנדערע קינדער, און אוועקפארן און איבערלאזן א שטוב, אויף א לענגערע תקופה.

עס איז אלעמאל פארהאן א יוצא מן הכלל, און ווי מען האט פריער גערעדט "עשה לך רב", ביי יעדע ספק דארף מען פרעגן.

אבער פשוט ארויסצוהאבן די תורה'דיגע בליק אויף די זאך, איז פארהאן א חיוב חינוך וואס ליגט אויף יעדע טאטע מאמע זיך אפצוגעבן מיט זיינע קינדער, סיי יונגלעך סיי מיידלעך. אויב די ריבוי השתדלות פאר איין קינד, נעמט אוועק די מעגליכקייט צו דערפולן די פשוט'ע חיוב מחנך צו זיין די אנדערע קינדער – און נישט נאר אויב עס נעמט אוועק צייט, דאס זעלבע איז אויב עס נעמט אוועק די מעגליכקייט פון זיך קאנצענטרירן מיט'ן מח, מוטשעט צופיל אויס דאס נפש – איז פשוט אז מען דארף נישט, און אז מען דארף נישט, מעג מען נישט וויבאלד עס גייט אויפ'ן חשבון פון וואס מען דארף יא.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל