כינע האט היינט ארויסגעלייגט א גאר שארפע ווארנונג צו די אינידער רעגירונג צו ׳נישט פרובירן איר מזל און אפלאזן אירע פאנטאזיעס׳. דאס קומט נאכדעם וואס אינדיע דהאט געשטעלט אירע סאלדאטן אויף די וואך פון א בארג אין די הימעלייען וואס אינדיע באטראכט אלס טייל פון איר טעראטאריע, די טייל איז גאר וויכטיג פאר אינדיע וויבאלד עס דינט אלס וועג צו פארבינדן צוויי טיילן פון איר לאנד, אבער כינע טוט נישט אנערקענען די רעכט פון אינדיע דערויף, און האט לעצטנס אנגעהויבן פלענער צו דורכשניידן די טעראטאריע מיט א נייע שאסיי וואס וועט אפשניידן די צוטריט פון די צוויי אינדיער טיילן אין די הימאלייען.

די געעפעכט האט זיך צופלאקערט מיט א וואך צוריק ווען אינדיער זעלנער האבן פיזיש געשטערט די כינעזער ארבייטער פון אנגרייטן דעם באדן פאר די קאנסטרוציע פון די שאסייע, און טראץ וואס אינדיע האט אויסגעדריקט וויליגקייט צו פארהאנדלען האט די כינזערע פארטיידיגונגס מיניסטער האט גענוצט גאר שארפע רעטאריק און געזאגט אז די כינזערע מיליטער איז אנטשלאסן צו פארטיידיגן יעדע מילימעטער פון לאנד און וועט נישט פארהאנדלן קיין איין שריט, דאס ברענגט אויף זארג אז עס קען זיך איבערשפילן א בלוטיג קריג צווישן די צוויי לענדער איבער דעם זעלבן שטח וואס איז פארגעקומען אין 1962 און האט געקאסט פולע קרבנות.

די צוויי לענדער וועלכע פארמאגן די וועלטס גרעסטע מיליטערן טיילן א גרעניץ פון איבער 2,000 מייל לאנג, און די קאמפליצירטע טאפאגראפיע פון די הימעלייער בערג לאזט איבער פולע אומקלארקייטן ווי עס געפונט זיך די פונקטליכע גרעניץ, א זאך וואס ברענגט געפעכטן פון צייט צו צייט.

בילד: מיליטערישע אנגעצויגנקייט צווישן אינדיע און כינע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל