א פאליטישע שטורעם האט צוריסן די פוילישע באפעלקערונג אין די לעצטע טעג נאכדעם וואס אין די פארליאמענט איז פארגעשלאגן געווארן א גאר קאנטראווערסיאלע לעגיסלאציע וואס וואלט אוועקגענומען די זעלבסשטענדיגקייט פון די העכסטע געריכט אין לאנד און איר פאליטיזירט, לויט די פארגעשלאגענע לעגיסלאציע וואלטן אלע ריכטער געדארפט זיך אפזאגן און די פארליאמענט זאל האבן די מאכט צו נאמינירט ריכטער, און אין די צוקונפט וואלט די מאכט באלאנגט פאר׳ן פרעזידענט, די לעגיסלאציע איז דורכגעפירט געווארן דורך די נאציאנאליסטישע רעכטע ׳געזעץ און יוסטיץ׳ פארטיי מיטגלידער, די פארטיי פון דעם פרעזידענט אנדרעי דודע, אבער טראצדעם האט דער פרעזידעט וועטאירט די געזעץ וועלכע איז אריבער אין פארליאמענט.

די וועטא איז געקומען נאכדעם וואס די געזעץ האט ערוועקט מאסיווע ציווילע קענגערשאפט, הונדערטער טויזנטער זענען ארויסגעקומען שטורמיש פראטעסטירן קעגן די פרואוו פון פארליאמענט צו פונדעמענטאל טוישן די סטרוקטור פון די רעגירונג, און אזוי אויך האט די אייראפעישער פאראיין אויסגעדריקט פראטעסט צו די נייע געזעצן, דער פרעזידענט האט אנערקענט אז ער שטייט אויס צו באצאלן צו א שווערע פאליטישע פרייז און האט עס וועטאירט, ער האט דערביי געזאגט אז ער זוכט נאך אלס א רעפארם אין די יוסטיץ סיסטעם, אבער ״א קלוגע רעפארם״ וועלכע שטייט נישט אויס אזויפיל קעגנערשאפט.

בילד: פוילישער פרעזידענט וועטאירט קאנטראווערסיאלע רעפארמען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל