א טראק דרייווער וועלכע האט אריבערגעברענגט שווערצער פון מעקסיקא אין זיין טרעילאר שטייט אויס מעגליכע טויט שטראף, נאכדעם וואס מען האט געטראפן 10 טויטע קערפער אין זיין טרעילאר וועלכע איז געשטאנען פארקירט אין די פארקינג לאט פון וואל מארט אין סאן אנטאניא טעקסאס, פאליציי האט געפונען 39 מענשטן אין די אונטערשטע טייל פון די טרעילאר, און 8 פון זיי זענען שוין געווען טויט פון אויסגעטריקנטקייט און די שווערע אומשטענדן, און נאך צווי זענען געשטארבן אין די קומענדיגע שטונדן.

דער דרייווער דשעימס ברעדלי איז היינט געשטעלט געווארן פארנט פון א ריכטער איבער מארד קלאגעס און פאר׳ן שווערצן, אבער ער האט געזאגט ער איז אומשולדיג און אז ער איז בלויז א טראק דרייווער און האט נישט געהאט קיין אהנונג איבער די אינהאלט פון די קאנטעינער, ער האט אראפגעמאלן פאר די געריכט אז ער האט הערשט ביים אנקומען צום פארקינג לאט געהערט קלאפן און שרייען פון די קאנטעינער און ער איז שאקירט געווארן ביים עפענען צו אנטפלעקן די סצענע, אין די טרעילאר איז געווען אינסטאלירט א ווענטעלאציע און עיר קאנדישאן סיסטעם אבער עס האט זיך צובראכן, און דער דרייווער האט נישט געוויסט אז עס קען קאסטן לעבנס.

בילד: 10 גרעניץ שווערצער אומגעקומען צוליב פארנאכלעסיגקייט פון גרעניץ שמוגלער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל