דער ראטגעבער און איידעם פונעם פרעזידענט, דשערעד קושנער איז היינט אנגעקומען אין קעפיטאל היל ווי ער האט אויפגעטרעטן פארנט פון די סענאט אויספארשונג קאמיטע איבער מעגליכע פארבינדונג צווישן רוסלאנד און די טראמפ קאמפיין, און איז געווארן אויסגעפרעגט איבער זיינע פערזענליכע פארבינדונגען מיט רוסישע באאמטע, הויפטזעכליך איבער די זיצונג וואס ער האט אפגעהאלטן - אינאיינעם מיט אנדערע קאמפיין מיטגלידער - מיט א אדוואקאט וועלכע איז פארבינדען צו די קרעמעלין וועלכע האט צוגעזאגט נעגאטיווע אינפארמאציע אויף הילערי קלינטאן.

פאר׳ן אויפטרעטן פאר סענאט האט קושנער ארויסגעגעבן א געשריבענע סטעיטמענט פון 11 זייטן אין וועלכע ער לייגט ארויס מיט דעטאלן אלע זיינע פארבינדונגען און פארהאנדלונגען מיט רוסישע באאמטע און שטרייכט אונטער אז אלעס איז געטון געווארן אפן און לעגאל אינערהאלב זיינע אפיציעלע פונקציעס, ער רעכנט אויס 4 באזונדערע זיצונגען מיט רוסישע באאמטע, אריינגערעכנט דער רוסישער אמבאסאדער קיזליאק, און ווידערהאלט אז די גאנצע אויספארשונג איז פאליטיש מאטיווירט צו אונטערמינעווען די לעגיטימאציע פונעם פרעזידענט.

היינט האט ער געענפטערט פראגעס פאר א פארמאכטע סעסיע פון די סענאט שפיאנאזש קאמיטע, און מארגן וועט ער ווידעראמאל אראפקומען צום קעפיטאל היל און אויפטרעטן פאר די קאנגרעסיאנאלע שפיאנאזש קאמיטע, די אויפטריט פון קושנער איז א וויכטיגע אנטוויקלונג אין די אויספארשונג, און איז דאס ערשטע מאל וואס א נאנטער ראטגעבער אדער פאמיליע מיטגליד פונעם פרעזידענט טוט אויפטרעטן פאר די קאמיטע.

בילד: דשערעד קושנער טרעט אויף פאר פארהער פארנט פון סענאט קאמיטע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל