עס קוקט אויס אז ווען מען מיינט אז דער פרעזידנט האט שוין ״איבערגעטריבן״ מיט זיינע טוויטס, דאן קומט נאך א סעריע פון טוויטס וועלכע צייגן אז פאר פרעזידענט טראמפ איז גארנישט איבערגעטריבן, אין די לעצטע טעג האט זיך דער פרעזידענט ארויסגעלאזט אין א טוויטער אטאקע קעגן אלץ און אלעמען, דעמאקראטן און רעפובליקאנער און אפילו זיין אייגענע אדמיניסטראציע באאמטע, צווישן אנדערע האט ער געשריבן ״עס איז זייער טרויעריג אז רעפובליקאנער וועלכע האבן געווינען די וואלן וועגן מיר טוען אזוי ווייניג מיך צו פארטיידיגן״ און דערמיט אנגעדייטעט זיין פרוסטרירונג איבער דעם וואס זיי אטאקירן נישט דעם ספעציעלן אויספארשער ראבערט מיולער.

היינט האט ער צום ערשטן מאל עפנטליך אריינגערעכנט זיין אייגענע אטוירני דשענעראל אין די ליסטע פון פיינט און אים באשולדיגט פארוואס ער עפנט נישט קיין אויספארשונג קעגן הילערי קלינטאן איבער אירע קרימינאלע פארבינדונגען מיט רוסלאנד, און אים אנגערופן דער ״באלאגערטער אטוירני דשענעראל״ הגם עס בלייבט אומקלאר איבער וואספארא פארבינדונגען ער רעדט, און דאן אין נאך עטליכע טוויטס באשולדיגט די רעפובליקאנער אין סענאט פאר׳ן נישט האנדלן שנעלער איבער העלט קעיר.

דער ספיקער פון קאנגרעס פאול רייען האט היינט דירעקט אפגעווארפן די באשולדיגונג פונעם פרעזידענט אז ראבערט מיולער איז פארטייאיש גענויגט קעגן אים, און אז ער זוכט בלויז א ׳מכשפות געיעג׳ קעגן דעם פרעזידענט, רייען האט געזאגט ״מען קען זאגן אויף מיולער וואס מען וויל אבער קיינער קען אים נישט באשולדיגן אין זיין פארטייאיש גענויגט צו די דעמאקראטן״ און אנגעוויזן אז ער איז א לעבנסלענגליכער רעפובליקאנער, וועלכער האט געארבעט אין רעפובליקאנער אדמינסטראציעס.

בילד: פרעזידענט טראמפ קריטיקירט אטוירני דשענעראל סעשאנס אויף טוויטער

בילד: טראמפ דריקט אויס זיין פרוסטראציע איבער סעשאנס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל