זינט די פארלאפענע וואלן זענען די דעמאקראטן אין א שטארקע קריזיס צוליב די אומפאראויסגעזעענע פארלוסטן וואס זיי האבן געליטן, און ספעציעל איבער די פאקט אז די פארטיי זעהט אויס שטארק צוטיילט צווישן די יונטגליכע פראגרעסיווע פליגל וועלכע האבן געשטיצט בערני סענדערס, די מעסיגע קלינטאן שטיצער, און די מיליאנען דעמאקראטן וועלכע האבן צום ערשטן מאל פארלאזט די פארטיי און געשטימט פאר דאנעלד טראמפ צוליב זיין פרא-דשאבס און עקאנאמישע אגענדע, אין די לעצטע מאנאטן זענען די געזעצגעבער און סטראטעגיסטן פון די דעמאקראטישע פארטיי געזיצן און פרובירט צו אויפקומען מיט א פלאטפארמע וועלכע קען פאראייניגן די פארטיי.

היינט - ווי שוין באריכטעט צופרי - טוען די דעמאקראטן אויף קעפיטעל היל אויפוויקלן א אגענדע וועלכע זיי טוען אנרופן ״א בעסערע דיל: בעסערע דשאבס, בעסערע געהעלטער, א בעסערע צוקונפט״ וועלכע טוט קאנצעטרירן אויף א לעגיסלאטיווע אגענדע פון העכערן געהעלטער, נידערן קאסטן פון טעגליכע לעבן, און אינוועסטירן אין דשאב טרענירונג צו שאפן בעסער באצאלטע ארבייט פאר די טויזנטער וועלכע פארלירן זייער ארבייט צוליב די טויש פון די עקאנאמיע און שנעלע וואוקס פון טעכנאלאגיע.

די דעמאקראטן פרובירן צו שאפן א קאנטער-מעסעדש צו די פאפוליסטישע צוגאנג פון פרעזידענט טראמפ וועלכע האט באוויזן צו איבערצייגן מיליאנען בלויע קאלנער דעמאקראטן צו שטימען פאר אים נאכדעם וואס ער האט געפירט א קאמפיין אין וועלכע ער האט באשולדיגט כינע און מעקסיקא פאר׳ן אוועקנעמען דשאבס פון אמעריקע, אנשטאט די ווארהייט אז די מערהייט פון די דשאב פארלוסטן איז די שולד פון ראבאטן און טעכנאלאגיע, די דעמאקראטן זוכן צו שיקן א מעסעדש אז זיי זוכן צו טרעפן פראקטישע לעזונגען פאר א בעסערע דשאב מארקעט אין א עקאנאמיע וואס ווערט פון פריש געפארעמט צוליב די פארשריט פון טעכנאלאגיע.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל