פרעזידענט טראמפ האט אין א טוויט באשולדיגט די ׳ניו יארק טיימס׳ א זייערס א באריכט האט צוריקגעהאלטן דאס אומברענגען די פירער פון אייסיס אבו-באכער אל-באגדאדי, דער פרעזידענט האט זיך באזירט אויף א באריכט אין די ׳פאקס נעץ׳ וועלכע האט אנגעבליך ״אויפגעדעקט״ אז צוריק אין 2015 האט א באריכט אין די ניו יארק טיימס איבער א מיסיע צו כאפן דעם אייסיס פירער אייגנטליך סאבאטאזשירט די מיסיע וויבאלד ער איז געוואויר געווארן איבער דעם און באוויזן צו אנטלויפן, זיי האבן ציטירט א מיליטערישע באאמטער וועלכער האט געזאגט אז צוליב דעם וואס די באריכט האט דערמאנט די ווייב פון א הויכראנגיקער אייסיס באאמטער אלס א הילף פאר די סי-איי-עי האבן זיי פארלוירן די שפורן פון איר און אלס רעזולטעט אויך פון אל-באגדאדי.

די איינציג פראבלעם מיט די געשיכטע איז אז עס איז פאלש, די ניו יארק טיימס האט באשולדיגט פאקס ניו אין ״אפילו נישט פרובירן צו באשטעטיגן די פאקטן פאר׳ן באריכטן דערוועגן״ און פארלאנגט א אנטשולדיגונג, און ווי עס שטעלט זיך ארויס האט די ניו יארק טיימס באריכטעט דערוועגן הערשט נאכדעם וואס די פענטאגאן האט ארויסגעגעבן א אפיציעלע באריכט דערוועגן, און דער פארטיידיגונג סעקערטאר האט געמאכט א עפנטליכע סטעיטמענט, די ׳פאקס ניוז׳ האט טאקע פארראכטן זייער געשיכטע אבער דאס האט נישט אפגעהאלטן דעם אמעריקאנער פרעזידענט פון ארויסשיקן א טוויט ״די דורכגעפאלענע ניו יארק טיימס האט געשטרויכלט א פרואוו צו אומברענגען אל-באגדאדי, זיי טוען לייגן זייער קראנקע אגענדע פאר נאציאנאלע זיכערהייט״ די טוויט שטרייכט נאכאמאל אונטער דעם פרעזידענט׳ס קאמפליצירטע באציאונגען מיט פאקטן.

זעה אויך: "טיימס" וויל טראמפ אנטשולדיגונג

בילד: פרעזידענט טראמפ באשולדיגט ׳ניו יארק טיימס׳ אין סאבאטאזשירן מיסיע צו אומברענגען אל-באגדאדי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל