פולע טויזנטער אידן אין ירושלים האבן זיך היינט באטייליגט אין די לוויה פון כ״ק אדמו״ר מזעווהיל יוניאן סיטי זצ״ל ווי ער איז געקומען למנוחת עולמים סמוך ונראה צו קברי אבותיו הק׳ אויפן הר הזיתים, נאכדעם וואס עס האבן זיך באטייליגט טויזנטער אידן ביי די לוייה אין יוניאן סיטי דעם פרייטאג.

דער רבי זצ״ל איז געבוירן י״א ניסן תש״ז צו זיין פאטער כ״ק אדמו״ר רבי מרדכי זצ״ל בן הגה״ק רבי גדליה משה מזעווהיל זצ״ל, דער ממלא מקום פון הגה״ק מופת הדור רבי שלמ׳קע זעווהילער זצוק״ל, דאס קינד האט באקומען דעם נאמען פון זיין גרויסן זיידן, און האט זיך פון קינדווייז אויס אויסגעצייכנט מיט א אויסטערלישע התמדה בתורה און פרישות, און איז גענומען געווארן פאר אן איידעם ביי כ״ק אדמו״ר הגה״ק מקלויזנבורג זצוק״ל, וועלכער האט עד סוף ימיו שטארק מעריך געווען די צדקות און גאונות פון זיין איידעם.

דער רבי זצ״ל איז כל ימיו געווען מדוכא ביסורים און שטארק געליטן סיי פון געזונט פראבלעמען און סיי פון דעם וואס ער האט ליידער נישט געהאט קיין זש״ק, אבער ער האט אלעמאל געהאט א שמייכל אויפ׳ן פנים און שטענדיג געווען גרייט צו העלפן אידן בעצה ובברכה, דער רבי זצ״ל איז געווען נקדש ונערץ ביי די וועלכע האבן אים געקענט, און הונדערטער אידן פון איבעראל זענען געפארן צו אים פאר א עצה אדער א ברכה, דער רבי זצ״ל האט געשעפט חיות פון זיין שטארקע התמדה בתורה, עס ווערט פארציילט אז ער האט זיך כמעט נישט געלייגט אין קיין בעט און שטענדיג געלערנט מיט א ברען, דער רבי האט געהאט א סדר קבוע פון ענדיגן ש״ס בעיון יעדעס יאר, און ששה סדרי משנה יעדן חודש.

נאכדעם וואס דער שפע חיים זצוק״ל איז אוועק פון יוניאן סיטי איז דער רבי זצ״ל געבליבן אויפן ארט און געווען דער ממלא מקום אין די קהלה און ישיבה, און אויפגעשטעלט הונדערטער תלמידים, אצינד וועט די הנהגת הקהלה אריבערגיין צו גיסו יבלחט״א הגה״צ רבי שאול יהודה פריזאנט שליט״א, און אלס אדמו״ר מזעווהיל ארה״ב איז אויפגענומען געווארן הרה״צ רבי אליעזר גאלדמאן שליט״א חדב״ן כ״ק אדמו״ר מסקווירא שליט״א.

בילד: עולם החסידות אין טרויער נאך פריהצייטיגע פטירה פון כ״ק אדמו״ר רבי שלמה מזעווהיל זצ״ל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל