אין ארץ ישראל איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן די לוויה פאר די 3 קרבנות פון די שוידערליכע טעראר אטאקע דעם פארלאפענעם שבת, ווען א בלוט דארשטיקער מערדער האט זיך אריינבאקומען אין שטוב פון די סאלאמאן פאמליע אינעם חלמיש זידלונג און האט באוויזן צו אומברענגען ר׳ יוסף סאלאמאן הי״ד, און זיינע צוויי קינדער א טאכטער חי׳ה הי״ד און א זוהן אלעד הי״ד. און די מאמע פון די פאמיליע געפונט זיך אין שפיטאל ווי זי ערהוילט זיך פון אירע וואונדן.

טויזנטער זענען געקומען באגלייטן די קרבנות צום לעצטן רוה און עס זענען געהערט געווארן הארצרייסנדע הספדים פון פאמליע און גוטע פריינט, און זיי זענען נטמן געווארן אין די בית החיים אין מודיעין די געבורטשטאט פון ר׳ יוסף, א הארצרייסנדע מאמענט איז געווען צו הערן די קדיש פון די 5 יתומים די קינדער פון אלעד וועלכע האבן א דאנק די העעראישקייט פון זייער מוטער איבערגעלעבט די אטאקע.

אידן איבער די וועלט זענען באזארגט און זענען מתפלל פאר אחינו בני ישראל אין ארץ ישראל נאכדעם וואס איז די לעצטע טעג איז די זיכערהייט צושטאנד גאר אנגעצויגן און עס קוקט אויס ווי מען זיצט אויף א פולווער פאס, און היינט אליין זענען פארגעקומען עטליכע טעראר פרואוון, און אין איין פאל האט א פאלעסטינער טעראריסט דערשטאכן א צווייטער אראבער מיינענדיג אז ער איז א איד.

בילד: ר' יוסף, 70 יאר אלט, און צוויי פון זיינע קינדער - עלאַד, 36 און חיה, 46

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל