וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס איידעם און נאענטער ראטגעבער, דזשעראד קושנער, איז נעכטן ארויסגעקומען מיט א קאטעגארישער דערקלערונג, אז ער האט נישט קאאפערירט מיט די רוסן אדער סיי וועלכע אנדערע רעגירונג, אין שריט צו באאיינפלוסן אומלעגאל די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן.

קושנער האט דאס געזאגט פאר דער סענאט שפיאנאזש קאמיטע, און דערנאך ביי אן עפנטליכן סטעיטמענט צו דער מידיא פארנט פון ווייסן הויז, וואו ער האט צוגעלייגט אז נישט נאר וואס ער האט נישט קאאפערירט מיט די רוסן, נאר ער ווייסט נישט פון אנדערע פיגורן אינערהאלב זיין שווער'ס קאמפיין וועלכע האבן געטאן אזעלכע זאכן.

קושנער'ס אויפטריט און עפנטליכע סטעיטמענטס ווערט באטראכט אלס א וויכטיגער ווענדפונקט אינעם אנגייענדיגן רוסלאנד סקאנדאל, וויבאלד ער איז די נענטסטע פערזענליכקייט צום פרעזידענט אין ווייסן הויז וועמען דער סענאט האט שוין פארהערט. קושנער האט טאקע נעכטן דערציילט פאר'ן סענאט אז ער האט געהאט 4 זיצונגען מיט רוסלאנד-פארבינדעטע פיגורן, וואו מען האט סתם גערעדט פארשידענע אישוס און פאליסיס, און ער האט געלייקנט דאס וואס "רויטערס" האט באריכטעט עטליכע מאנאטן צוריק אז ער האט געהאט 2 טעלעפאנישע געשפרעכן מיט'ן רוסישן אמבאסאדאר קיזליאק צווישן אפריל און נאוועמבער פאראיאר.

קושנער האט אויך אדרעסירט דאס וואס ס'איז אויפגעדעקט געווארן עטליכע וואכן צוריק אז ער האט אנטיילגענומען ביי א זיצונג צווישן זיין שוואגער דאנאלד טראמפ דזשוניאר און א רוסישע לאיערקע, וועלכע האט געזאגט אז זי ברענגט שמוץ אויף פרוי קלינטאן געזאמלט דורך דער רוסישער רעגירונג –האט קושנער אויף דעם געזאגט, אז זעענדיג ווי די זיצונג וועט סיי ווי גארנישט ברענגען, האט ער געשריבן שנעל אן אימעיל צו זיין געהילף, ער זאל אים אריינקלינגען אויפ'ן סעלפאון, וועט ער האבן אן אויסרייד פארוואס אוועקצוגיין פון דער זיצונג...

קושנער האט אויסגעפירט מיט'ן איבערגעבן אז ער האט זיך דורכגערעדט מיט פילע לעגאלע עקספערטן און פאליטישע מבינים, וואס האבן אים אלע קלאר געגעבן גערעכט, אז קיין שום פון זיינע קאנטאקטן מיט די רוסן איז נישט געווען ארויס פון די געווענליכע פאליטישע קאמפיין פראצעדורן. קושנער האט געענדיגט מיט'ן זאגן אז זיין שווער דאנאלד טראמפ האט געווינען די פרעזידענטשאפט פשוט ווייל זיין קאמפיין האט געהאט א בעסערן און מער פאזיטיוון מעסעדזש, און זיין קאמפיין איז געווען קלוגער. צו זאגן אנדערש, טשעפעט מען און מען מינימיזירט די אלע וועלכע האבן געשטימט פאר אים.

בילד: דזשעראד קושנער: איך האב נישט קאאפערירט מיט די רוסן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל