ירושלים - מדינת ישראל האט נעכטן נאכט זיך געבראכן און געמאלדן אז זי וועט נאכלאזן פונעם שפיל מיט פייער און אוועקנעמען די מעטאלענע דעטעקטארס וואס זיי האבן אקארשט געשטעלט צו צוימען די אריינגענג צום הר הבית. דער באשלוס איז געקומען נאכדעם וואס הויכראנגיקע באאמטע אינעם יו-ען האבן נעכטן געווארנט אז דער קריזיס ארום די "מעטאלענע דעטעקטארס" וועט האבן פאטענציעלע בלוטיגע און ווייט-גרייכנדע קאנסעקווענצן פאר'ן גאנצן ראיאן, און ניקאליי מעלאדענאוו, דער אפיציעלער יו-ען שליח צום מיטל מזרח ראיאן, האט געזאגט אז מדינת ישראל זאל בעסער האבן געשליכטעט די גאנצע זאך נישט שפעטער ווי פרייטאג. די שארפע ווערטער פון יו-ען איז געקומען אין דער זעלבער צייט וואס מען האט נעכטן געזען באריכטן אז מדינת ישראל איז גרייט זיך צו ברעכן פון דעם אינטערנאציאנאלן דרוק און מעגליך אוועקנעמען די "מעטאלענע דעטעקטארס", אריינגערעכנט אז מדינת ישראל וועט דאס טאן אין אן אפמאך מיט דער ירדנ'ער רעגירונג, וואס אין אויסטויש וועט ירדן אהיימלאזן אן איזראעלישן וועכטער וועמען זיי האלטן שוין ארעסטירט זינט זונטאג אינדערפרי נאכדעם וואס יענער האט געשאסן און אומגעברענגט 2 ירדנ'ער בירגער, וועלכע האבן דורכגעפירט אן אטאקע אויף דער איזראעלישער אמבאסאדע אין ירדן. למעשה האט ירדן נעכטן נאכט אהיימגעלאזט דעם איזראעלישן וועכטער און אנדערע אמבאסאדע שטאב, און שפעט אויפדערנאכט האט מדינת ישראל זיך געבראכן און מסכים געווען אוועקצונעמען די מעטאלענע דעטעקטארס.

בילד: מדינת ישראל ברעכט זיך איבער מעטאלענע דעטעקטארס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל