אוקראינע – פרישע דעטאלן זענען נעכטן אפירגעקומען איבער וויאזוי עס איז אזוי גרינג געלונגען פאר דער רוסישער רעגירונג צו אנעקסירן און פארכאפן די מאכט אויפן אוקראינער האלב-אינזל קרים מיט מער ווי 3 יאר צוריק, ווען א לענגערע "רויטערס" באריכט האט דעטאליזירט די קאריערע פונעם געוועזענעם אוקראינער הויפט גענעראל סערגעי יעליסעיעוו. אריגינעל האט יעליסעיעוו געדינט אלס גענעראל אינערהאלב דעם רוסישן מיליטער, און ווען אוקראינע איז געווען אונטער'ן סאוועטן פאראיין, איז ער געשיקט געווארן קיין אוקראינע אנצופירן די ארטיגע קאמוניסטישע מיליטערישע קרעפטן. ווען דער אייזערנער פארהאנג איז געפאלן, און אוקראינע איז געווארן זעלבסטשטענדיג, איז יעליסעיעוו פארבליבן אין אוקראינע און האט זיך מיט די יארן ארויפגעארבעט צו ווערן דער צווייט-העכסטער פיגור פון אוקראינישן מיליטער, און ער איז געווען סטאנציאנירט אין קרים מיט טויזנטער אוקראינישע זעלנער. ווען אומבאצייכנטע רוסישע זעלנער האבן זיך ארויפגעשארט אויפ'ן קרים האלב-אינזל אום מערץ יאר 14', האט יעליסעיעוו פראסט אזוי אראפגעלייגט זיינע וואפנס און ניטאמאל פרובירט צו קעמפן, און עווענטועל האט ער דעפעקטירט צו רוסלאנד, און ער פירט יעצט די מאכטפולע "באלטישע ים פלאטע" פון דעם רוסישן מיליטער. נאטא באאמטע זאגן אז זיי זענען באזארגט וואס אזעלכע רוסיש-געטרייע פיגורן געפינען זיך אין די ראנגען פון אלע מיליטערן אין מזרח אייראפעאישע לענדער, און דאס שטעלט אין געפאר די זעלבסשטענדיגקייט פון די אלע לענדער, ווייל אין פאל וואס רוסלאנד וועט פרובירן פרישע אינוואזיעס, וועלן די ארמייען זיך לייכט צעברעקלען צוליב דעפעקציעס.

בילד: אוקראינער הויפט גענעראל סערגעי יעליסעיעוו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל