בעיזשינג – צוויי כינעזער מיליטערישע קאמפס פליגערס האבן זיך גערייצט און איזדיעקעוועט אויף אן אמעריקאנער נעווי שפיאנאזש פליגער העכער'ן "מזרח כינע" ים, און איינער פון די צוויי כינעזער פליגערס זענען געקומען ווייניגער ווי 300 פיס נאענט צום אמעריקאנער פליגער, ברענגענדיג אן ערנסטן געפאר פון א פאטאלן צוזאמשטויס. דער פענטאגאן האט אין א סטעיטמענט באשטעטיגט די נייעס, זאגנדיג אז דאס האט פאסירט אכציג מייל ווייט פון דער נענטסטער כינעזער שטאט קווינדגאו און דער אמעריקאנער נעווי פליגער איז געפלויגן הונדערט פראצענט אין אינטערנאציאנאלער טעריטאריע. עס איז אנגעצייגט געווארן אז אזעלכע שיער-צוזאמשטויסן און טשעפערייען, וואס די כינעזער פליגערס נעמען אונטער קעגן אמעריקאנער פליגערס, זענען אין די לעצטערע מאנאטן געווארן אלס מער אן אפטע ערשיינונג, אריינגערעכנט אן אינצידענט אין מאי ווען אן אמעריקאנער פליגער איז געפלויגן העכער'ן מזרח כינע ים אויפצוכאפן מעגליכע צייכענעס פון נוקלעארע וואפנס אקטיוויטעטן. דאס לעצטע מאל וואס א פאטאלער צוזאמשטויס אינעם ראיאן האט פאסירט איז געווען אין יאר 01', ווען א כינעזער קאמפס פליגער האט זיך צוזאמגעשטויסן אין אן אמעריקאנער שפיאנאזש פליגער, פון וועלכן דער כינעזער פילאט איז אומגעקומען, און די 24 אמעריקאנער זעלנער האבן באוויזן צו לאנדן און איבערלעבן, אבער זענען געהאלטן געווארן 11 טעג ארעסטירט דורך די כינעזער, ביז די אמעריקאנער רעגירונג האט זיך עפנטליך אנטשולדיגט.

בילד: כינעזער מיליטער זיך גערייצט מיט נעווי פליגער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל