ניו דזשערסי – די אויטאריטעטן אין מאווא, ניו דזשערסי האבן פארארדנט אז די אידישע ארגאניזאציע וועלכע פארפיגט אויפ'ן עירוב אין דער שטאט מוז עס אראפנעמען אין די קומענדיגע טעג. די "סאוט מאנסי עירוב פאנד", וועלכע איז געשטעלט אויפ'ן עירוב, זאגט אז זיי האבן באקומען ערלויבעניש פון די "יוטיליטי" פירמעס ארויפצושטעלן די ספעציעלע פלאסטישע רערן אויף די גאס-זוילן צו קענען אוועקשטעלן העכער דעם די עירוב דראטן, אבער א קאמפיין און פעטיציע וואס צוועלף הונדערט לאקאלע נישט-אידישע איינוואוינער האבן אונטערגעשריבן, האט געברענגט דערצו אז מייק קעלי, דער הויפט אינזשעניר פון דער טאון רעגירונג, זאל דערקלערן אז דער עירוב איז אומלעגאל, ווייל די פלאסטישע רערן ווערן באטראכט ווי שילדן, און עס איז אומלעגאל ארויפצושטעלן סיי וועלכע שילדן אויף די גאס-זוילן. דער מאווא עירוב ציט זיך 26 מייל און עס לויפט אויך דורך אין ניו יארק, און עסקנים אין דער שטאט האבן אויסגעדרוקט גרויס אנטוישונג, אנצייגנדיג די שולד אויף די סיסטעמאטישע אנטי-ארטאדאקסישע ווינטן וועלכע בלאזן לעצטנס אין פילע געגנטער אין ניו דזשערסי.

בילד: ניו דזשערסי טאון עירוב מוז אראפקומען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל