ירדן – די ציוניסטישע רעגירונג האט נעכטן פארפירט מיט קראקאדיל טרערן, הלמאי עטליכע רעליגיעזע איזראעלישע בירגער זענען געפארן קיין ירדן, און די ארטיגע רעגירונג אויטאריטעטן האבן זיי נישט ערלויבט צו דאווענען דארט אין פובליק. די גרופע איזראעלישע בירגער זענען געפארן קיין ירדן צו דאווענען ביים קבר פון אהרן הכהן, און גלייך ביים אנקומען האבן די אויטאריטעטן זיי געווארנט נישט צו מאכן קיין שום רעליגיעזע צערעמאניעס אין פובליק. ביים ארט פונעם אנגעבליכן קבר, האבן די פאליציי זיי אנגעזאגט אז לעגאל טאר קיין איד נישט דאווענען אין גאנץ ירדן, און נאכדעם וואס ס'איז געקומען באריכטן אז עטליכע פון זיי האבן זיך גערייצט מיט אראבער און יא ארויסגענומען טליתים און סידורים ביים קבר, האבן פאליציי אפיצירן געשטורעמט שפעטער זייערע האטעל-צימערן און ליארעמט אז מען וועט זיי ארעסטירן, אויב וועלן זיי זיך ווייטער וואגן צו פארלעצן די געזעצן. די איזראעלישע רעגירונג האט אינטערווענירט און פארדאמט די ירדנ'ער אויטאריטעטן, אבער דער גאנצער אינצידענט איז אויפגענומען געווארן איראניש, ווייל ס'האט זיך ארויסגעשטעלט די אפענע היפאקריטיע פון מדינת ישראל, דא ערלויבן זיי נישט די מוסולמענער צוצוקומען צו זייער שמייליגסטן ארט אויפ'ן הר הבית, און זיי פארשרייען און באזידלען מיט'ן עפיטעט "אנטיסעמיטן" יעדן איינעם וואס פארשטייט זיי נישט, אבער אין דער זעלבער צייט ווערן זיי ממש אויסער זיך ווען א שטרענג-מוסולמענער לאנד זוכט נישט קיין אידישע צערעמאניעס אין פובליק.

בילד: היפאקריטיע איבער קבר אהרן הכהן אינצידענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל