וואשינגטאן – טראמפ'ס שטורעם און אויפברויז קעגן זיין אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט נעכטן ווייטער אנגעהאלטן, ווען ער האט ווידעראמאל געשריבן אויף טוויטער אז דער גאנצער רוסלאנד סקאנדאל איז נישט מער ווי א פאלשע אויפגעטראכטע זאך, און אין דער זעלבער צייט קען נישט "אונזער געפלאגטער אטוירני דזשענעראל" אויספארשן פרוי קלינטאן'ס קרימינאליטעטן און פארבינדונגען מיט רוסלאנד. טראמפ'ס שארפע נעגאטיווע ווערטער קעגן סעשאנס איז געקומען אינאיינעם מיט א באריכט אין "עקסיאס" אז דער פרעזידענט טראכט ערנסט פון ארויסווארפן סעשאנס און אים ערזעצן מיטן געוועזענעם ניו יארק סיטי מעיאר רודי זשוליאני – א באריכט וואס זשוליאני האט אפגעווארפן. זשוליאני האט באזונדער געזאגט נעכטן אז ער האלט אז סעשאנס האט געטאן די ריכטיגע און לעגאלע זאך מיט'ן זיך אנטזאגן פון אריינרעדן אין די אנגייענדיגע רוסלאנד אויספארשונגען, וואס סעשאנס' זיך אפזאגן איז דער הויפט אורזאך פארוואס טראמפ ברויזט אויף אים, היות טראמפ האט געוואלט אז סעשאנס זאל פארבלייבן מיט'ן אנפירן די אויספארשונג און עס ברענגען צו א שנעלע ענדע.

בילד: טראמפ דריקט אויס זיין פרוסטראציע איבער סעשאנס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל