וואשינגטאן – עס זענען שוין אריבער עטליכע טעג זינט פרעזידענט טראמפ האט אויפגענומען דעם ניו יארקער באנקיר ענטאני סקאראמוטשי, באקאנט מיט זיין באליבטן צונאמען "מאָאָטש" ביי זיינע פריינט און נאענטע, אלס ווייסער הויז קאמיוניקאציע דירעקטאר, און עס שטעלט זיך ארויס אז ער איז ממש ווי געגאסן פאר דער ראלע, ארויסקומענדיג צו די מידיא קאמערעס מיט גרויס קאנפידענץ און רעדנדיג פון פרעזידענט טראמפ און זיינע פאליסיס מיט זאפט. באריכטן צייגן ווי טראמפ איז אזוי צופרידן פון "מאאטש", אז ער קלערט צו באזייטיגן דעם יעצטיגן ווייסן הויז שטאב הויפט, רעינס פריבוס, און נעמען "מאאטש" אויף דער הויכער פאזיציע, נאכדעם וואס פריבוס איז אין די לעצטערע וואכן שוין סייווי ממש אינגאנצן געשטעלט געווארן אין א ווינקל, נישט האבנדיג צוטריט צום פרעזידענט. אין אנדערע נייעס ארום "מאאטש", האט ער נעכטן געמאלדן אז די געווענליכע ווייסע הויז טעגליכע פרעסע קאנפערענצן, לעבעדיג אויף קאמערעס, וועלן זיך צוריק אנהייבן אין די נאענטע טעג.

בילד: "מאָאָטש" שיינט אין ווייסע הויז ראלע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל