טעקסאס – נעכטן זענען ארויסגעשטעלט געווארן הארבע קלאגעס קעגן דעם דרייווער פונעם טרעילאר אין וועלכע טעקסאס אויטאריטעטן האבן געטראפן עטליכע טויטע און שווער-קראנקע געשמוגלטע אימיגראנטן, וואס דער אינצידענט האט שאקירט דאס לאנד, זייענדיג דאס ערשטע מאל אין לאנגע יארן וואס מען הערט איבער מענטשן-שמוגלעריי פאטאליטעטן אין די פאראייניגטע שטאטן. דער דרייווער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס דער זעכציג יעריגער דזשעימס מעטיו ברעדלי, און לויט ווי ער טענה'ט האט ער בכלל נישט געוואוסט אז עס געפינען זיך מענטשן אינעם טרעילאר. ער האט דערציילט פאר די אויספארשער אז זיין דזשאב איז געווען צו פירן דעם טרעילאר פון אייאווע קיין בראונסוויל, טעקסאס, און ער האט געמאכט עטליכע סטאפס לענגאויס זיין רייזע, אריינגערעכנט אין סאן אנטאניא, טעקסאס, פארנט פון א וואלמארט, ווען ער האט געהערט זעצעס און קולות קומען פונעם טרעילאר. די אויטאריטעטן זענען דאן אלארמירט געווארן און ברעדלי איז ארעסטירט געווארן, ווערנדיג אנגעקלאגט מיט קלאגעס וואס קען אים ברענגען טויט שטראף, טראץ וואס ער לייקנט אז ער האט געוואוסט עפעס פון די שמוגלעריי. די אימיגראנטן אליינס דערציילן אז זיי האבן זיך אריינגעשלייכט דורכ'ן גרעניץ פון מעקסיקא, און זיי זענען ארויפגעליפערט געווארן אויפן טרעילאר דורך שמוגלער וועלכע האבן געזאגט אז זיי וועלן דארפן באצאלן 5 טויזנט דאלער ביים אנקומען אין סאן אנטאניא. מער דעטאלן איבער דער מאדנער געשיכטע זענען דערווייל נישטא.

בילד: קלאגעס איבער אימיגראנט-טויטן אין טרעילאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל