ניו יארק – אמעריקאנער מיליטערישע באאמטע זאגן אז זיי האבן אידענטיפיצירט די קערפערליכע איבערבלייבענישן פון אן אמעריקאנער מארין פון ניו יארק סיטי, וועלכער איז אומגעקומען אין א קאמף אינעם פאציפישן אקעאן ביים צווייטן וועלט קריג. די איבערבלייבענישן זענען אידענטיפיצירט געווארן צו דזשאוסעף קארבאון (Pvt. Joseph C. Carbone) פון ברוקלין, וואס איז, לויט ווי דער פענטאגאן זאגט, אומגעקומען אינעם ערשטן טאג פונעם "קאמף פון טאראווא" אום נאוועמבער 20 יאר 943'. קארבאן האט געדינט אין דער צווייטער דעוויזיע פון די אמעריקאנער מארינס ווען ס'איז איבערגעפאלן דעם טאראווא אינזל, וועלכער איז טייל פון דער גילבערט אינזל גרופע אינעם פאציפישן אקעאן, וואס איז דאן געווען אונטער קאנטראל פון דער יאפאנעזער ארמיי. דאס אידענטיפיצירן קארבאון'ס איבערבלייבענישן ווערט באטראכט דורכ'ן פענטאגאן אלס א שטארקע דערגרייכונג, וויבאלד עקספערטן זאגן אז ס'זענען מער נישט פארבליבן צופיל יארן פאר די מיליטערישע עקספערטן און פאטאלאגן צו אידענטיפיצירן מער איבערבלייבענישן פון זעלנער פון יענער עפאכע און פאר וועמען זיי באלאנגען, נעמענדיג אין באטראכט אז מ'שטייט שוין כמעט אכציג יאר נאכ'ן צווייטן וועלט קריג.

בילד: דזשאוסעף קארבאון

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל