וואשינגטאן – דער אמעריקאנער ען-עס-עי דירעקטאר מייק ראדזשערס האט אין אן אינטערוויו געזאגט אז ער האלט אז עס איז נישט די בעסטע צייט יעצט צו גרינדן א געמיינזאמע סייבער קאמף אפאראט אינאיינעם מיט דער רוסישער רעגירונג. פרעזידענט טראמפ האט אפאר וואכן צוריק אויפגעברענגט דעם געדאנק פון ארבעטן אינאיינעם מיט רוסלאנד צו באקעמפן גלאבאלע העקעריי אטאקעס, אבער איין טאג נאכ'ן דאס זאגן, האט טראמפ צוריקגעצויגן, זאגנדיג אז ס'מיינט נאכנישט אז עס גייט טאקע געשען, נאר ער האט עס בלויז דיסקוסירט מיט פוטין אלס א מעגליכקייט. ראדזשערס זאגט יעצט אז די באציאונגען צווישן אמעריקע און רוסלאנד זענען צו שטארק אנגעצויגן, און עס זענען דא פארשידענע אנדערע פאקטארן, וואס ברענגט אז די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן זענען נישט גרייט דערווייל צו קאאפערירן מיט רוסלאנד אויף באקעמפן סייבער העקערייען.

בילד: ען-עס-עי: קיין סייבער אפאראט מיט רוסלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל