בילד: ניו יארק מאכט גרינגער וויילער רעגיסטראציע
אלבאני – ניו יארק גאווערנאר, ענדרו קאומאו, האט פארארדענט אלע סטעיט אגענטורן אנצוהייבן פון היינט און ווייטער צוצושטעלן אינפארמאציע פאר ניו יארקער בירגער וועלכע ווילן זיך רעגיסטרירן צו שטימען. ביז היינט האט בלויז די ניו יארק סטעיט עלעקשאן קאמיסיע פארפיגט אויף וויילער רעגיסטראציע, און ווי קאומאו זאגט האט דאס געברענגט אז פילע צענדליגער טויזנטער ניו יארקער האבן בכלל נישט געהאט די מינדעסטע אנונג אדער צוטריט זיך צו רעגיסטרירן צו שטימען. גאווערנאר קאומאו האט אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער איבער זיין פארארדענונג, וועלכע אנטהאלט אויך א פארלאנג אז אלע פובליק קאלעדזשעס און אוניווערסיטעטן אין ניו יארק זאלן פארמאגן וויילער רעגיסטראציע אפליקאציעס גרייט פאר סטודענטן. די טוישונגען קומען אין רעאקציע צו די פארלאפענע פרעזידענט וואלן, וואו גאר א קליינע פראצענט פון אלע מעגליכע ניו יארק וויילער זענען ארויסגעקומען אפגעבן זייערע שטימען. אריגינעל האט קאומאו געוואלט באשטעטיגן א סיסטעם אין וועלכע ניו יארקער איינוואוינער וועלן אויטאמאטיש רעגיסטרירט ווערן צו קענען שטימען ווי נאר זיי ווערן אכצן יאר, אבער די סטעיט געזעצגעבער האבן עס אפגעווארפן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל