מאנהעטן – דער פראבלעם פון היימלאזיגקייט אין ניו יארק סיטי איז געווארן אין די לעצטערע מאנאטן אזוי שווער, אז אפילו היימלאזע באקלאגן זיך אז זיי האבן פראבלעמען מיט זייער לעבנס שטייגער. דער "ניו יארק פאוסט" האט נעכטן אינטערוויואירט עטליכע לאנגיעריגע היימלאזע ניו יארק סיטי בירגער, וועלכע האבן ארויסגעברענגט אז זיי פלעגן האבן מער פלאץ וואו זיך באקוועם צו מאכן מיט זייערע קארטאן שנאר-שילדן, דאכענעס און זעק, אבער אין די לעצטערע שטיק צייט זעען זיי אזא פארמערונג אין די צאל היימלאזע, אז עס איז זיי שווער צו טרעפן ביינאכט א געהעריג ברייט פלאץ וואו זיך אראפצוזעצן. ציפערן פון דער סיטי צייגן טאקע אז אין יאר 16' איז געווען א 39 פראצענטיגע שפרינג אין דעם צאל היימלאזע, און איבער'ן יאר זענען געווען אין דורכשניט 3,892 מענטשן וועלכע האבן געוואוינט אויף דער גאס, וועלכע איז דער העכסטער ציפער זינט מען האט אנגעהויבן האלטן דערויף חשבון אין יאר 05'.

בילד: היימלאזיגקייט וואוקס אין ניו יארק סיטי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל