ניו יארק – פעדעראלע געזונטהייט אויטאריטעטן האבן ארויסגעגעבן אן ערנסטע ווארענונג נישט צו עסן געוויסע סארטן פון דער פאפייע פרוכט, נאכדעם וואס די סארט פרוכט ווערט באשולדיגט אין אנברענגען א פרישן סאלמאנעלא אויסברוך וועלכע פלאגט עטליכע אמעריקאנער שטעט און האט שוין געברענגט איין פאטאליטעט. לויט'ן אמעריקאנער "צענטער פאר דעזיז קאנטראל" קומט דער פרישער סאלמאנעלא אויסברוך פון דער "מאראדול" פאפייע פרוכט, וועלכע ווערט אימפארטירט פון מעקסיקא אונטער'ן פירמע נאמען "קאריבענא", און 47 זענען שוין דיאגנאזירט געווארן מיט סאלמאנעלא פארפעסטיגונג, און איינער פון זיי, א ניו יארק סיטי איינוואוינער, איז אומגעקומען. די פעדעראלע "עסנווארג און מעדיצין" אגענטור זאגט אז זי ארבעט אינאיינעם מיט די קאריבענא פירמע צו פאררופן א מאסיוון ריקאול און אראפנעמען די פרוכטן פון די געשעפטן פאליצעס, אבער דערווייל ליגט אויף יעדן אינדיווידועל אן אחריות נישט צו עסן די דערמאנטע פאפייע פרוכט.

בילד: סאלמאנעלא אויסברוך צוליב פּאפּייע פרוכטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל