קאליפארניע – דאס איז גאר א גוטע פראגע, וואס א זשורנאליסט פון "ביזנעס אינסיידער" האט לעצטנס געשטעלט פאר אן אוויאציע עקספערט. פליגערס זענען נאטורליך קאלירט זילבער צוליב די מעטאלענע שטיקער מיט וועלכע זיי ווערן צוזאמגעשטעלט, און אין דורכשניט ווערט פארנוצט 65 גאלאן פארב צו פארבן אן איינצלנעם פליגער, און אויב שוין יא פארבן, פארוואס וועלן רוב לופטליניעס פארבן זייערע פליגערס ווייס אדער אנדערע ליכטיגע קאלירן. פראפעסאר דזשאן האנסמען ערקלערט אז עס זענען דא עטליכע סיבות פארוואס לופטליניעס פארבן זייערע פליגערס, ערשטנס ווייל זיי ווילן זיך שפארן געלט, און דאס האלטן דעם פליגער געפארבט ווייס אדער ליכטיג, דינט ווי א באשיצונג קעגן זון-שטראלן, פונקט ווי א ווייסע אנצוג ציט ווייניגער זון-שטראלן ווי א טונקל-געפארבטע אנצוג, און אז דער פליגער איז באשיצט קעגן זון-שטראלן, האלט זיך עס קילער און פארנוצט ווייניגער עלעקטעריציטעט – און די צווייטע סיבה איז ווייל געוויסע טיילן פונעם פליגער ווערן געבויעט דורך שוואכערע מאטעריאל, א שטייגער ווי דער שפיץ-נאז פונעם פליגער וועלכע איז צומאל אפילו פון בלויז פלאסטיק, ווייל עס אנטהאלט א ראדאר, און אויב וואלט עס געווען א טונקעלע קאליר און מער אויסגעשטעלט צו כאפן זון-שטראלן, וואלט עס גרינגער צעגאנגען און געקענט ברענגען פאטענציעלע זיכערהייט-געפארן פאר'ן פליגער.

בילד: פארוואס זענען פליגערס ווייס קאלירט?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל