די פענטאגאן האט שטארק אראפגעריסן א פראוואקאציע פון די כינזערע מיליטער אין וועלכע זיי האבן בלאקירט צוטריט פאר אמעריקאנער שפיאנאזש פליגער העכער די אינטערנאציאנאלע וואסערן פונעם מזרח כינעזער ים, די פענטאגאן האט אנגערופן די שריט ׳אומפראפעסיאנעל און געפארפול׳ די כינעזער פליגער זענען געקומען צו פארן מיט א שנעלקייט אונטער די אמעריקאנער פליגער און געצווינגען דעם אמעריקאנער פליגער צו טוישן ריכטונג, באריכטן זאגן אז די פליגערס זענען געקומען אזוי נאנט ווי 300 פוס אפגעריקט, וואס איז געפארפול נאנט ווען עס האנדלט זיך פון מאכטפולע מיליטערישע פליגער.

די אינצידענט טוט נאכפאלגן א ענליכע אינצידענט פריער דאס יאר אין מאי ווען א פלאטע פון כינזער פליגער האבן ארומגערינגלט א אמעריקאנער פליגער נעבן האנג קאנג מיט א ווייטקייט פון ווייניגער פון 200 פוס, מיליטערישע עקספערטן האלטן אז דאס איז א אויסגערעכנטע שריט פון כינע צו מעסטן די שטייפקייט און רעאקציע פון די אמעריקאנער מיליטער, ספעציעל ווען עס קומט צום כינעזער ים ווי כינע האט זיך דערקלערט די אויטאריטעט טראץ וואס עס ווערט נישט אנערקענט דורך אמעריקע און די אינטערנאנציאנעלע געמיינדע.

בילד: כינעזער קאמפס פליגער בלאקירן אמעריקאנער שפיאנאזש פליגער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל