די זיכערהייט שטאב אין די מדינת ישראל אמבאסאדע אין עמאן, די הויפטשטאט פון ירדן, האבן זיך געפונען איינגעשפארט אין די געביידע וועלכע איז געווען באלאגערט דורך פראטעסטירער און ירדנ׳ער פאליציי. דאס איז געקומען נאכדעם וואס א זיכערהייטס וועכטער אין די געביידע האט דערשאסן צוויי ירדנ׳ער, נאכדעם וואס איינער פון זיי - א פאלעסטינער אפשטאמיגער - האט געשטאכן א זיכערהייט וועכטער מיט א שרויפן ציער. א אנדערער זיכערהייטס וועכטער האט געעפנט פייער, און האט אומגעברענגט דעם אטאקירער, און אומווילנדיג איז נאך א ירדנ׳ער בירגער אומגעקומען אין די שיסעריי. די אינצידענט האט געברענגט גרויס אויפברויז אין ירדן, ווי די געמיטער זענען שוין אזוי אויך שטארק אנגעצויגן, צוליב די אנגייענדע געפעכט ארום די הר הבית.

אונטער אינטערנאציאנאלע געזעץ, קען דער וועכטער נישט ווערן אויסגעפארשט אדער פארמשפ׳ט אויף א פארברעכן וואס קומט פאר אין א אמבאסאדע געביידע, וואס ווערט פאררעכנט אלס מדינת ישראל טעראטאריע. אבער די ארטיגע פאליציי עקשנ׳ט זיך נישט צו ארויסלאזן דעם וועכטער פון ירדן, ווילאנג ער שטעלט זיך נישט פאר אויספארשונג. דאס האט געברענגט צו א שטארקע דיפלאמאטישע קריזיס צווישן די צוויי לענדער, און אין די לעצטע שטונדן זענען פארגעקומען העפטיגע פארהאנלדונגען, ביז ביידע זייטן האבן געברענגען די סיטואציע צו א פרידליכע ענדע, און די וועכטער איז אהיימגעלאזט געווארן.

Image Alternative Text

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל