די פאליטישע כאאס אין ווענעזועלע שטילט נישט איין, און ווי עס שיינט ווערט די סיטואציע דארט ארגער און ארגער, בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס א אנטי-מאדורא פאליציאנט האט גענוצט זיין העליקאפטער צו אטאקירן די פרא-מאדורא געריכט, איז געקומען אצינד וואס עס שיינט צו זיין א נקמה אטאקע, און מאסן פרא-מאדורא פראטעסטירער האבן זיך געלאזט אויף די קאנגרעס, וועלכע ווערט קאנטראלירט דורך די אפאזיציע - און האבן דארט דורכגעפירט א פאגראם, געשלאגן און אטאקירט קאגרעסלייט, פאליטיקאנטן און דושרנאליסטן. בילדער אין די נאציאנאלע טעלעוויזיע האבן געצייגט עטליכע געזעצגעבער צובלוטיגט און צוביילט, לויט באריכטן האט זיך אויך געהערט אויפרייסן אין די געביידע, ווארשיינליך פון ״פייער קרעקערס״ וואס די אינוואדירער האבן גענוצט צו אפשרעקן די אנוועזנדע, די אטאקע איז פארגעקומען אין די טאג וואס ווענזועלע פייערט איר זעלבסטשטענדיגקייט.

בילד: פרא-מאדורא יונגן פירן דורך פאגראם אין ווענעזועלער קאנגרעס






גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל