היינט טוט פרעזידענט טראמפ אפרייזן קיין דיישטלאנד ווי ער וועט זיך באטייליגן אין די דשי-20 סאמיט, עס וועט זיין די צווייטער אויפטריט פונעם פרעזידענט אויף די גלאבאלע ארענע, נאכדעם וואס ביי די נאט״א סאמיט אין אייראפע האט ער געשטעלט א הארטע ליניע קעגן די וועלט פירער און עס איז געשאפן געווארן א שטיקל ריס צווישן אמעריקע און אייראפע קוקט די וועלט יעצט ארויס צו זעהן אויב ער האט זיך געלערנט און וועט זוכן צו פאררעכטן די דיפלאמאטישע באציאונגען. פאר׳ן אנקומען קיין האמבורג וועט דער פרעזידענט אפשטאטן א באזוך אין ווארשע פוילן ווי ער וועט געבן א רעדע איבער איטערנאציאנאלע אנלעגנהייטן און וועט זיך טרעפן מיט די פירער פון פוילן ווי עס וועט דיסקוטירט ווערן זייער זארג פון רוסישע אגרעסיעס ביים מזרח גרעניץ, און אויך מיט די פרעמיער מיניסטער פון קראאטיע וועלכע קומט קיין פוילן זיך טרעפן מיט׳ן פרעזידענט.

אין פוילן וועט זיך דער פרעזידענט באטייליגן ביי א סאמיט מיט עטליכע באלקאנישע לענדער און נאך שכנים פון רוסלאנד, געוועזענע מיטגלידער אין די סאוויעטישע בלאק באקאנט אלס ׳דריי ים׳ען איניציאטיוו״ ווי עס וועט אויך ווערן אויפגעברענגט די זארג פונעם רוסישן בער, און זיי זענען ערווארטעט צו פארלאנגען פונעם פרעזידענט צו נעמען א שטייפערע ליניע קעגן פוטין. פון דארט וועט דער פרעזידענט אפרייזן קיין האמבורג צו די דשי-20 סאמיט ווי ער איז ערווארטעט צו אפהאלטן א מאראטאן פון געשפרעכן און באגעגענישן מיט פולע וועלט פירער אריינגערעכנט פרעזידענט פוטין פון רוסלאנד.

בילד: פרעזידענט טראמפ רייזט קיין אייראפע פאר די דשי-20 סאמיט



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל