די 4 אראבישע לענדער וועלכע האבן ארויפגעלייגט א בויאקאט אויף קאטאר האבן היינט אפגעהאלטן א זיצונג אין ליכט פון די פרישע אנטוויקלונגען אין די קאנפליקט נאכדעם וואס קאטאר האט זיך אפיציעל אנטזאגט צו נאכקומען די פארלאנגען פון די לענדער, און האט אויך אפגעווארפן א פשרה וועלכע איז פארגעשלאגן געווארן דורך קואוועיט און איז געווארן געשטיצט דורך אמעריקע, קאטאר האט נישט עפנטליך רעאגירט אויף די פארלאנגען נאר געשיקט איר רעאקציע אין א קלאסיפיצירטע בריוו וואס זי האט צוגעשטיקט צו די סאמיט, דער עגפיטישער אויסערן מיניסטער האט באצייכנט דעם בריוו אלס ״זייער נעגאטיוו״
די אראבישע לענדער האבן דערווייל נישט אונטערגענומען קיין ווייטערדיגע שריט פון אויסברייטערן די סאנקציעס נאר האבן זיך באגענונגט מיט׳ן לאזן אין פלאץ די עקזיסטירנדע סאנצקיעס, גלייכצייטיג טוט טערקיי אויסנוצן די סיטואציע און האט אריבערגעפירט א באשלוס אין פארליאמענט צו שיקן נאך טרופן צו איר באזע אין קאטאר, די זעלבע באזע וואס די אראבישע לענדער רופן פאר איר אויפלעזונג, טערקיי האט אויך געשיקט טויזנטער טאנען פון עסנווארג און פראדוקטן צו לינדערן די עסן קריזיס אין קאטאר. דער עגיפטישער פרעזידענט אל-סיסי האט געזאגט אז ער האט גערעדט טעלעפאניש מיט׳ן אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ איבער די סיטואציע און האט אנגעדייטעט אז אמעריקע שטיצט זייער שטעלונג, א זאך וועלכע איז נישט קלאר און אמעריקע האלט זיך צוריק פון נעמען א קלארע זייט.

הוסף רשומת תגובה