אמער קהאן, א קאנאדישער בירגער וועלכער האט געקעמפט מיט די טאליבאנער אין אפגאניסטאן אין בלויזן עלטער פון 14 יאר, האט פארברענגט צען יאר אין די גואטאנמא בעי טורמע נאכדעם וואס ער איז געפונען געווארן שולדיג אין ערמארדן אן אמעריקאנער זעלנער אין א פייער אויסטויש אין אפגאניסטאן,  ער איז ארעסטירט געווארן אין 2002 אלט זייענדיג 15 יאר, און איז געווען דער יונגסטער ארעסטאנט אין גוואנטאנאמע בעי, אין 2012 איז ער אריבערגעברענגט געווארן קיין קאנאדע צו אויסדינען זיין טערמין אין א ארטיגע טורמע, און אין 2015 איז ער באפרייט געווארן, באלד נאך זיין באפרייאונג האט ער אריינגעגעבן א קלאגע קעגן די קאנאדישער רעגירונג פאר׳ן פארלעצן זיינע רעכטן און מיטארבייטן מיט די אמעריקאנער שפיאנאזש קעגן אים, ער האט פארלאנגט 20 מיליאן דאלער אין קאמפענסאציע און א אפיציעלע אנטשולדיגונג, היינט האבן זיינע אדוואקאטן געמאלדן אז זיי האבן דערגרייכט א אפמאך מיט די רעגירונג אינדרויסן פון געריכט אונטער וועלכע ער וועט באקומען אן אנטשולדיגונג און 10 מיליאן דאלער, פולע קאנאדער - הויפטזעכליך קאנסערוואטיוון - האבן שארף פארדאמט די אפמאך און געזאגט אז עס איז א שאנדע אז א טעראריסט ווערט באלוינט.

בילד: אמער קהאן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל