נאכדעם וואס אייסיס איז כמעט גענצליך אויסגעראטן פון די איראקער שטאט מאסול, טוט די פעלקער פאראיין שוין אנגעהייבן אריינקוקן אין די מיסיע פון צוריקשטעלן ארדענונג און באזיס אינפרוסטרוקטור אין שטאט, אצינד נאך אכט מאנאטן פון אינטענסיווע שלאכטן טוען שוין די איראקער רעגירונג אנגרייטן פלענער צו צוריקשטעלן די נויטיגע אינפורסטרוקטור וואס איז רואינירט געווארן אין די שלאכטן, דאס נעמט אריין טרעפיק לעמפ, אפלויף סיסטעמען און אנדערע פאבליק אינפרוסטרוקטור, אזוי פיל ווי 6 דיסטריקטס פון די 44 דיסטריקטס אין מזרח מאסול זענען גענצליך רואינירט און פלאך געווארן פון די באמבאדירונגען, מאסול איז דאס צווייט גרעסטע שטאט אין איראק און הונדערטער טוינזטער איינוואוינער האבן איר פארלאזט אין די לעצטע יארן, די איראקער רעגירונג האפט צו צוריק איינשטעלן ארדענונג אין שטאט און איר צוריקשטעלן צו איר אמאליגע גלאנץ ווען זי איז געווען א צענטערפונקט פאר אינדוסטרי ביזנעס און האט געבליהט מיט טוריזם.

בילד: פעלקער פאראיין שאצט אז עס פאדערט זיך איבער א ביליאן דאלער צו ראטעווען אינפרוסטרוקטור אין מאסול



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל