דער יונגער פרעזידענט פון פראנקרייך האט שטארק באזארגט די רעבעלן אין סיריע איבער פראנקרייך׳ס ווייטערדיגע שטיצע נאכדעם וואס ער האט אין א רעדע געזאגט אז ער זעהט נישט נאך איינער וואס קען פירן סיריע אויסער באשאר אל-אסאד, און אזוי אויך געזאגט אז מען קען נישט פארלאנגען פון אסאד צו אפטרעטן פון בענקל אלס תנאי צו עפענען געשפרעכן צווישן די צוויי זייטן, אבער גלייכצייטיג אים באצייכנט אלס ״פיינט פון די סיריער פאלק״

היינט ביי א באגעגעניש מיט ריאד הידשאב, א פארשטייער פון די סירישע רעבעלן און אפאזיציע גרופעס האט מאקראן אויסגעקלארט זיינע קאמענטארן זאגנדיג אז ער האפט אז אסאד וועט ווערן ארויסגעצווינגען פון אמט, אבער ער האפט אז דאס וועט ווערן אויסגעפירט דורך א פאליטישע פראצעדור, און ער האט אויך געזאגט אז ביידע זייטן דארפן מער קאנצעטרירן צו אויסראטן טעראר פון סיריע, א צוגאנג וועלכע ווערט געשטופט דורך רוסלאנד און וולאדימיר פוטין, מיט וועמען מאקראן זוכט בעסערע באציאונגען, און האט געזאגט אז איינע פון זיינע פריאריטעטן איז צו צוריקשטעלן א צוטרוי צווישן פראנקרייך און רוסלאנד.

די פאראייניגונג פון די סירישע רעבעלן האט אויסגעדריקט באהאלטענע אומצופרידנהייט נאך די באגעגעניש און האבן אין א סטעיטמענט געשריבן אז זיי האפן אז מאקראן פארשטייט אז די אנוועזנהייט פון די אסאד רעזשים איז די גרעסטע געפאר פאר׳ן סירישן פאלק.

בילד: פראנצויזישער פרעזידענט דרוקט אויס שטיצע צו סיריער רעבעלן נאכ׳ן מאכן פרא-אסאד  באמערקונג



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל