קאנגרעסמאן קלעי היגינס, דער רעפובליקאנער פארשטייער פון לואיזיאנע איז געקומען אונטער שארפע קריטיק פאר׳ן זיך פאטאגראפירן פאר א ווידיא אין אוישוויץ אין די גאז קאמערן פאר א ווידיא אין וועלכע ער ווארנט איבער אזעלכע ברוטאליטאטן וועלכע קענען זיך איבערשפילן אויך אין אמעריקע, און אונטערגעשטריכן זיינע פאליטישע מיינונגען, אפיציעל איז פארבאטן צו רעדן הויך אין די גאז קאמערן און א שילד פארלאנגט פון די באזוכער צו זיך האלטן שטיל און רעספעקטפול, די ווידיא האט געצויגן קריטיק פון די פארוואלטונג ביי די מוזעאום וועלכע האבן געברויזט אז דאס פלאץ ווערט אויסגענוצט פאר פאליטישע צוועקן, און אזוי אויך פון די אנטי-דעפעמישען ליגע וועלכע האט אין א סטעטימענט געזאגט אז די שואה זאל נישט גענוצט ווערן אויף קיין שום פאל צו שטופן פאראויס סיי וועלכע פאליטישע אגענדע, און אז דאס מאכט ביליג די אומבאגרייפליכע טראגעדיע פון די שואה, די אוישוויץ מוזעאום האט געשריבן ״יעדער איז בארעכטיגט פאר זיינע מיינונגען אבער אין די גאז קאמערן איז יעדער געבעטן צו שווייגן און זיך פאראייניגן מיט די אנדענק פון די אומגעקומען, דאס איז נישט קיין פלאטפארמע״.

בילד: קאנגרעסמאן קריטיקירט פאר׳ן נוצן אוישוויץ פאר פאליטישע צוועקן



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל