א קאמישע און איראנישע פאסירונג האט זיך אפשגעפילט נעכטן אויף די סאציאלע מידיע, אין ליכט פון יולי דעם פערטן ווען אמעריקע פייערט איר זעלבסשטענדיגקייט און די אומאפהענגיקייט פון די בריטשיע אימפעריע, האט די ליבעראלע ׳ען-פי-אן׳ נייעס נעץ ארויסגעשיקט א רייע טוויטס אויף טוויטער, די טוויטס זענען געווען בלויז ציטאטן פון די ׳זעלבשטענדיגקייט דעקלעראציע׳ באקאנט אלס דעקלערעישן אף אינדיפענדענס, דער דאקומענט וועלכע האט אוועקגעשטעלט די פרינציפן און די גרונדן פאר די אמעריקאנער דעמאקראטיע ביז היינט, די דאקומענט טוט פארדאמען די דיקטאטורישע הערשאפט פונעם עגלישן קעניג און רעדט איבער גלייכבארעטיגונג און דעמאקראטיע. אבער ווי עס שיינט טוט די ווערטער נישט שמעקן פאר טראמפ שטיצער, און פולע טראמפיסטן האבן זיך צולאזט אויף ען-פי-אר אטאקירנדיג די טוויטס, זיי האבן נישט געוויסט אז עס האנדלט זיך פון אויסצוגן פונעם זעלבסשטענדיגקייט דעקלעראציע, און האבן עס אראפגעריסן אלס ״ליבעראלע העסליכע דעמאגאגיע״ און אזוי ווייטער, די ציטאטן קעגן דעם ענגלישן קעניג האבן זיי פארטייטשט אז עס צילט קעגן די טראמפ און עס פארדאמט.

בילד: טראמפ שטיצער צולאזן זיך קעגן די ״זעלבסטשענדיגקייט דעקלעראציע״



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל