א גאר רירנדע באגעגעניש איז היינט פארגעקומען אין ירושלים צווישן דעם פרעמיער מיניסטער פון אינדיע נארענדרא מאדי און דעם 11 יעריגן משה׳לע האלצבערג דער יתום פון ר׳ גבריאל און רבקה האלצבערג, די שליחי חב״ד אין מומבאי אינדיע, מיט 9 יאר צוריק איז די חב״ד הויז געקומען אונטער א טעראר אטאקע אין וועלכע דאס פארפאלק אינאיינעם מיט נאך אידן הי״ד זענען אומגעקומען, דער קליינער 2 יעריגער משה׳לע האט ב״ה איבערגעלעבט נאכדעם וואס א אינדיער הויז העלעפרין סענדרע סעמואל האט זיך איינגעשטעלט דאס לעבן פאר אים.

ביי די באגעגעניש זענען אנוועזנד געווען די זיידעס און באבעס פון משה׳לע נחמן און פריידע האלצבער, און זיין מאמע׳ס עלטערן שמעון און יהודית ראזנבערג, אזוי אויך איז מיטגעקומען די אינדיער העלפערין סענדרע וואס זינט זי האט אים געראטעוועט טוט זי זיך נישט אוועקרירן פון משפחת האלצבערג. דער קליינער משה׳לע האט געגעבן א רעדע אין הינדי און אין ענגליש פאר׳ן פרעמיער מיניסטער אין וועלכע ער האט געזאגט אז ער ווארט צו אויפוואקסן און צוריקקומען קיין מומבאי צו איבערנעמן די בית חב״ד און עס ווייטער פירן.

דער אינדיער פרמיער מיניסטער איז געווען גערירט ביז טרערן און האט געהאלזט משה׳לע און אים צוגעזאגט צו העלפן ממשיך זיין די ארבעט פון זיין טאט׳ן אין אינדיע, אזוי אויך האט דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער געזאגט אז ער וועט מיטנעמען משה׳לע אין זיין בעפארשטייענדע באזוך אין אינדיע ווי ער וועט זיך נאכאמאל טרעפן מיט׳ן פרעמיער, אין די אינדיער מידיע איז די באגעגעניש ברייט געדעקט געווארן און משה׳לע האלצבערג איז דארט נאך אלס באקאנט אלס ״בעבי מוישי״.

בילד: רירנדע באגעגעניש צווישן אינדיער פרעמיער און משה׳לע האלצבערג



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל