א ניו יארקער פאליציי אפיציר איז געפאלן א קרבן צו א אטענטאט, און איז געשאסן געוואר צום טויט אן קיין שום פריערדיגע פראוואקאציעס און די מאטיוון פונעם מערדער בלייבן אומקלאר. די אינצידענט האט פאסירט ווען די 48 יעריגע פאליציי אפיצירקע מיאסאטיס פעמיליע - א מוטער פון דריי קינדער - איז געזיצן אין א פאליציי קאמענד אויטא אינאיינעם מיט נאך אן אפיציר ווען פלוצלינג האט דער מערדער געעפנט פייער אויף זיי, מיאסאטיס איז  אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל און איז קורץ דערנאך אומגעקומען פון די וואונדן, און א פאליצייאישע געיעג איז געלונגען צו דעריאגן דעם שיסער וועלכער איז אומגעברענגט געווארן א גאס אוועק פון די סצענע נאכדעם וואס ער האט פרובירט צו נעמען זיין רעוואלווער און עפענען פייער, דער מערדער איז אידנטיפיצירט געווארן אלס אלעקסאנדער באנדס א 34 יעריגער פון ניו יארק מיט א קרימינאלע רעקארד, עס בלייבט אומקלאר וואס האט אים געטריבן צו שיסן די פאליציי אפיצירקע וואס ער האט נישט געהאט קיין שום קאנפראנטאציע מיט איר פון פאר דעם.

בילד: אלעקסאנדער באנדס



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל