די ׳ניו יארק וויילדלייף׳ אסאסיאציע האט ארויסגעגעבן א באריכט, צייטליך פאר יולי דעם פערטן ווען אמעריקע צייכנט אפ זעלבסטשענדיגקייט, און דער ווייס קעפיגער אדלער דינט אלס סימבאל פאר אמעריקע און איר מאכט, די אדלער איז אמאל געווען זייער פארשפרייט אין אמעריקע אריינגערעכנט אין ניו יארק ווי עס האבן זיך געפונען טויזנטער דערפון, נאכ׳ן אויסשטארבן און אוועקוואנדערן צוליב פארשידענע ענוויירמענטאלע סיבות האבן זיך הונדערטער אדלער צוריקגעקערט אין די לעצטע יארן, עס געפונען זיך היינט אין ניו יארק א געשאצטע 400 אזעלכע אדלער׳ס, אבער די ׳ווילדלייף אסאסיאציע׳ ווארנט אז די מערהייט פון די אדלער זענען אין געפאר צוליב הויכע שטאפלן פון בליי וועלכע געפונען זיך אין די ניו יארקער טייכן, און טוט באדראען יונגע אדלער וועלכע קענען שטארבן דערפון, די בליי קומט הויפטזעכליך פון פאנגער וועלכע נוצן בליי מאטריאל פאר פיש און קאטשקע פאנגעריי טראץ וואס עס איז אפיציעל פארבאטן אין ניו יארק.

בילד: ווייסקעפיגע אדלער׳ס אין ניו יארק אין געפאר פון בליי-פארגיפטונג



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל