נאכדעם וואס עס האט שוין אויסגעזען אז עס איז דא א קאנצענזוס איבער די פאקט אז רוסלאנד האט פרובירט צו באאיינפלוסן די לעצטערע וואלן, א פאקט וועלכע איז אונטערגעשטיצט מיט פאקטן און איז אנגענומען דורך יעדע איינציגע שפיאנאזש באאמטער אין אמעריקע, האט אבער פרעזידענט טראמפ ווידער ארויסגעשלעפט זיין אלטע רעטאריק און אויסגעדריקט סקעפטיציזם אויב רוסלאנד איז טאקע געשטאנען אונטער די קאמפיוטער העקעריי, ווער ער איז געפרעגט געווארן ביי א פרעסע קאנפערענץ אין פוילן אויב ער קען באשטעטיגן אז רוסלאנד האט פרובירט צו באאיינפלוסן די וואלן האט ער געענטפטערט ״קען זיין אז עס איז געווען רוסלאנד און קען זיין אנדערע לענדער״ ער האט דאן געמורמעלט א אומקלארע סטעיטמענט ״עס גייט פאר פאר א לאנגע צייט די סארט זאכן, קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס גייט פאר, יעדער פרובירט צו אינטערווינירן…״

ער האט דאן אויסגעדרייט דעם ארגומענט און אויסגענוצט די פראגע צו אטאקירן פרעזידענט אבאמא זאגנדיג אז ער האט שוין געוויסט אין אויגוסט איבער דעם סקאנדאל, אבער ער האט גארנישט געטון דאס צו אפשטעלן (א גראבע ליגנט, ער האט דאן טעלעפאנירט פוטין אים ווארענען דערוועגן) דאס איז געווען וויבאלד ער האט געהאלטן אז קלינטאן גייט געווינען האט ער גארנישט געטון. אין זי זעלבע צייט הערט מען פון פולע געזעצגעבער וועלכע האבן פארלאנגט אז פרעזידעט טראמפ זאל פארהאלטן פוטין עפנטליך איבער די רוסישע אינטערווענץ אין די וואלן.

בילד: רוסלאנד אינטערווענץ אין די וואלן ווערט ווידער פאליטיזירט אין בעפארשטייאונג צו טראמפ-פוטין סאמיט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל