ענווייערמענטאליסטן און נאטור ליבהאבער צייגן אן מיט גרויס צופרידנהייט אויף א דראסטישע העכערונג אין די צאל וואל-פיש וואס מען געפונט לעצטנס אין די וואסערן ארום ניו יארק, און זאגן אז דאס איז א צייכן אז די וואסערן ווערן ריינער און דעריבער טוט עס צוציען די וואל פיש, די וואל פיש זענען ביז לעצטנס געזען געווארן נאר ארום אפריקע און אויסטראליע, אבער ווי עס שיינט ווערט עס א נארמאלע ערשיינונג זיי צו טרעפן אין די אטלאנטישע וואסערן ארום ניו יארק, און אפילו אין די האדסאן ריווער, עקספערטן זאגן אז מען קען ערווארטן אז די וואל פיש זאלן זיך שטארק פארמערן ארום די סיטי צוליב דעם וואס די קוואליטעט פון די וואסערן איז ארויף אין די לעצטע יארן צוליב שטרענגערע רעגולאציעס פאר פאבריקן וואס ערלויבט זיי נישט צו פארפעסטיגן די וואסערן, די רעגולאציעס זענען שוין אריבער אין די זיבעציגער יאר אבער עס קען נעמען צענדליגע יארן ביז עס שפירט זיך די עפעקט, בעלי חיים עקספערטן זאגן אז מען קען ערווארטן דעם זומער א פארמערונג אין די צאל וואל פיש, און ביים ענדע פון זומער וועלן זיי אפשווימען צו די געגענט ארום די קאריביער אינזלן.

בילד: פרישע געסט ביי די ניו יארקער וואסערן: וואל פיש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל