טעכנאלאגיע ריזן און סאציאלע נעצן ווי גוגל, פעיסבוק, עמעזאן און  אנדערע אינטערנעט ריזן האבן דערלקערט דעם היינטיגן טאג א טאג פון פראטעסט און אקציעס אנטקעגן די פרואוון פון די פעדעראלע רעגירונג קאמיוניקאציע קאמיסיע׳ס באשלוס צו צוריקדרייען א רעפארם וועלכע די אבאמא אדמינסטראציע האט אונטערגענומען צו באפרייען די אינטערנעט פון מאנאפאל, אונטער די רעגולאציעס פון די אבאמא אדמינסטראציע האבן די אינטערנעט פראוויידערס ווי עי-טי-ענד-טי און ווערייזאן קיינע רעכטן צו בלאקירן אדער פארשטייטערן צוטריט צום אינטערנעט באזירט אויף די אינהאלט פון די וועבזייטלעך אדער וועלכע פירמע דאס איז.

די זארג איז אז דאס אפשאפן אזא רעפארם קען ברענגען דערצו אז די אינטערנעט פראוויידערס זאלן באשליסן וועלכע וועבזייטלעך זייערע קלינעטן זאלן האבן צוטריט און אזוי ארום אויסנוצן זייער מאנאפאל צו באגרעניצן קאנקורענץ, די רעפארם איז שטארק באגריסט געווארן דורך אלע גרויסע פירמעס און ארגאניזאציעס, אבער דער יעצטיגער דירעקטאר פון די פעדעראלע קאמיוניקאציע דעפארטמענט, וועלכער איז א געוועזענער אדוואקאט פאר ווערייזאן, האט דורכגעפירט א באשלוס צו ענדיגן דעם רעפארם און געבן פאר די קעיבל פירמעס די רעכטן צו באשליסן וועלכע אינהאלט צו דורכלאזן און וואס צו פארשטייטערן אדער בלאקירן.

בילד: הונדערטער וועבזייטליך און פירמעס דערקלערן היינט אלס ״טאג פון וועב ניוטראליטעט״

וואס איז וועב ניוטראליטעט?

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל