די ״קאספארסקי סייבער זיכערהייט פירמע״ איינע פון די גרעסטע סייבער זיכערהייט און אנטי-וויירוס פראגראמען אין די וועלט איז געקומען אונטער שטרענגערע רעגולאציעס דורך די פעדעראלע רעגירונג, וועלכע טוט פארדאכטן אז די פירמע טוט מיטארבייטן מיט די רוסישע אויטאריטעטן, די פירמע לייקנט שטרענג אפ די באשולדיגונג און זאגט אז זי איז געפאלן א קורבן צו א פאליטישע קאנפליקט און די רעגולאציעס קעגן איר זענען אומבארעכטיגט, די טראמפ אדמיניסטראציע האט אראפגענומען די פירמע׳ס נאמען פון די ליסטע פון באשטעטיגטע פירמע וועלכע די פעדעראלע רעגירונג האט צוטרוי, עס באדייט אז די פעדעראלע רעגירונג וועט זיך נישט באנוצן מיט זייער פראגראם און אויך מיט פראגראמען וועלכע ווערן אנטוויקלט מיט זייערע זיכערהייט צוגעהערן, א זאך וואס קען ברענגען אסטראנאמישע שאדנס פאר די פירמע. דער גרינדער און הויפט פון די פירמע האט געזאגט אז ער האט שוין אויסגעדריקט וויליגקייט צו מיטארבייטן מיט די פעדעראלע רעגירונג, און אפילו אויפטרעטן מיט א פארהער פאר קאנגרעס צו אדרעסירן סיי וועלכע פראבלעמען די רעגירונג קען האבן מיט זיין פירמע.

בילד: קאספארסקי זיכערהייט פירמע: מיר זענען געפאלן א קרבן צו אמעריקע-רוסלאנד קאנפליקט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל