אין די לעצטע יארן האט עמעזאן איינגעפירט א יערליכע סעיל פאר די מיטגלידער אין איר ״פריים״ פראגראם, א סעיל וועלכע האלט אן פאר ארום 30 שטונדן, נעכטן האט עמעזאן אפגעצייכנט איר יערליכע פריים טאג און דורכאויס די 30 שטונדן פון די סעיל זענען אירע פארדינסטן געווען מיט 60% העכער ווי מיט א יאר פריער, אלעס אינאיינעם האבן צענדליגע מיליאנען מענטשן געקויפט אין ארום 13 לענדער, אזוי אויך האבן זיך אנגעשלאסן מער פרישע מעמבערס ווי סיי וועלכע אנדערע טאג אין זייער היסטאריע. עמעזאן ארבייט שווער צו פארגרעסערן איר צאל מיטגלידער נאכדעם וואס לויט א סטאטיסטיק טוט א דורכשניטליכע מעמבער אויסגעבן 1,300$ יערליך פארגליכן צו נישט מעמבער׳ס וועלכע שפענדען בלויז ארום 700$ יערליך, דאס מערסטע האט זיך פארקויפט די עמעזאן עקא אפאראט פאר ״קלוגע היימען״ באלד נאכדעם וואס עמעזאן האט געמאלדן איבער די נעכטיגע סוקסעס זענען אירע סטאקס געשטיגן מיט 9 דאלער ברענגנדיג איר סטאק צו די סימבאלישע סומע פון העכער 1000$ צום צווייטן מאל.

בילד: עמעזאן צייכנט אפ רעקארד פארדינסטן אין ״פריים טאג״

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל