די טראמפ האטעל נעץ, א נעץ פון האטעלן אין פארשידענע גרויסע שטעט איבער די וועלט, וועלכע געהערט צו פרעזידענט דאנעדל טראמפ, האט געמאלדן אין א פרעסע ריליעס איבער א סייבער אטאקע וואס זיי זענען אויסגעשטאנען, אין וועלכע פילע פריוואטע אינפארמאציע איבער זייערע געסט זענען געגנב׳ט געווארן, אריינגערעכנט קרעדיט קארד אינפארמאציע און פריוואטע דעטאלן, די האטעל זאגט אז די העקער האבן זיך אריינגעבראכן צו די פירמע וועלכע טוט צושטעלן די פראגראם אויף וועלכע די רעזערוואציעס ווערן געמאכט, און האבן באוויזן צו באקומען די אינפארמאציע פון געסט אויף ספעציפישע דאטומען אין יולי, די האטעל זאגט אז די פירמע האט שוין גענומען שריט צו פארזיכערן אז די קלינעטן טוען נישט אויסשטיין ווייטערדיגע שאדן און זיי האבן זיך פארבינדן צו די קרעדיט קארד פירמעס צו איבערגעבן איבער די סייבער אטאקע.

בילד: טראמפ האטעל קאמפיוטער סיסטעם געהעקט דורך פארברעכער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל