אין א ברייטע שטודיע פון איבער 150 גרויסע שטעט אין אמעריקע קומט ניו יארק ארויס צווישן די שטעט וועלכע זענען אין די ארגסטע צושטאנד, די שטודיע נעמט אריין פאקטארן אזוי ווי פינאנציעלע סטאביליטעט, געזונטהייט, זיכערהייט, אינפרוסטרוקטור, טראפיק און טראנספארטאציע. דאס ארגסטע איז ארויסגעקומען וואשינגטאן די. סי. צוליב איר שווערע חוב און פינאנציעלע פראבלעמען, און אזוי אויך צוליב א נידריגע צאל סטודענטן וועלכע טוען גראדואירן פון הויך-שולע, דאן איז אריינגעקומען דעטרויט צוליב די הויכע צאל ארימקייט און ארבייטסלאזיגקייט, אויפ׳ן דריטן פלאץ קומט ניו יארק וועלכע די שטודיע באצייכנט אלס די ארימסטע אין לאנד ווען עס קומט צו די יערליכע איינקונפט פער פאמיליע. די שטודיע באנעמט זיך הויפטזעכליך מיט פינאנציעלע און געזונטהייט שטאנדפונקט און איז דורכגעפירט געווארן דורך די פינאנציעלע אינסטיטוציע וואלעט-האב.

בילד: ניו יארק צווישן די ארגסטע שטעט אין אמעריקע צו וואוינען פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל