מעיאר די-בלאזיא האט אפגעשטאט א באזוך אין די קראון הייטס געגענט ווי ער האט אנאנסירט אז די סיטי וועט אונטערנעמען א מאסיווע מיסיע צו רעדוצירן די גרויסע צאל ראטן וועלכע אינפעסטירן די שטאט, ניו יארק ליידט שוין הונדערטער יארן פון א איבערפלוס פון ראט וועלכע ברענגען מיט זיך אומגעזונטע ערשיינונגען, און דער מעיאר האט פארשפראכן אז די יעצטיגע פראיעקט וועט רעדוצירן די צאל ראט מיט 70 פערצענט, די ערשטע פאזע פון דעם פראיעקט וועט זיך קאנצעטרירן אויף געוויסע געגענטער אין איסט סייד מענהעטן, און אויף בעדפארד-סטייווענסענט, קראון-הייטס, בושוויק געגענטער אין ברוקלין. די ארבייט וועט זיין צו אידענטיפיצירן די נעסטן פון ראט און זייער עסן קוועלער און עלימינירן און אזוי ארום זיי אויס׳ראט׳ען, ראט ברענגען מיט זיך געזונהייט געפארן, און טוען אויך שעדיגן אינפרוסטרוקטור דורך אריינבייסן אין עלעקטעריק דראנטן און אין וואסער רערן.

בילד: מעיאר פארשפרעכט $32 מיליאן דאלער צו באקעמפן ראט אינפעסטאציע אין ניו יארק

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל