וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געגעבן עטליכע אינטערוויוען, און צווישן אנדערן האט ער געזאגט אז ער גלייבט אז דער רוסישער פרעזידענט, וולאדימיר פוטין, האט בכלל נישט געוואלט אז ער זאל געווינען די פרעזידענטשאפט, נאר האט ליבערשט געוואלט אז פרוי קלינטאן זאל געווינען.

טראמפ זאגט אז קלינטאן וואלט אלס פרעזידענט אפגעשוואכט דאס אמעריקאנער מיליטער און וואלט איינגעפירט שטרענגע רעגולאציעס וועלכע וואלטן געהויבן פרייזן פון אויל, וואס דאס זענען צוויי זאכן וואס וואלטן שטארק בענעפיטירט רוסלאנד'ס עקאנאמיע און גלאבאלע אינטערעסן.

אין אן אינטערוויו מיט "רויטערס" האט טראמפ ספעציפיש אדרעסירט דעם אנגייענדיגן סקאנדאל מיט זיין זוהן, דאנעלד דזשוניער, זאגנדיג אז ער האט בכלל נישט געוואוסט פון דער זיצונג וואס דזשוניער האט אפגעהאלטן מיט'ן רוסישן לאיער, און ער איז ערשט געוואויר געווארן דערפון פון די מידיא באריכטן עטליכע טעג צוריק. ווען מען האט געפרעגט טראמפ צי ער וואלט געלאזט זיין זוהן אקצעפטירן אזא זיצונג, אויב ווייסט ער ווען פון פאראויס, האט טראמפ געענטפערט, אז כמעט יעדער אמעריקאנער פאליטישאן וואלט אקצעפטירט אזא זיצונג, און ער האט נישט קיין שום טענות אויף זיין זוהן.

בילד: טראמפ: רוסלאנד האט געוואלט פרוי קלינטאן אלס אמעריקאנער פרעזידענט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל