אוקראַינע – אן אינטערנאציאנאלער שטורעם קאכט זיך נאכדעם וואס אבזערווירער אינעם ראיאן צווישן רוסלאנד און אוקראַינע, האבן אויפגעכאפט אין די לעצטערע טעג ערנסטע ליפערונג אקטיוויטעטן פון רוסלאנד צום קרים האלב-אינזל, וואו רוסלאנד האט שוין אפגעשיקט אין די לעצטע וואך צייט אמווייניגסטנס 4 גיגאנטישע עלעקטראנישע טורביין מאשינען, וועלכע ווערן גענוצט צו שאפן ענערגיע און עלעקטעריציטעט, און א דייטשע טעכנאלאגיע פירמע דערזעט זיך אינמיטן פונעם פרישן שטורעם. ווי באקאנט האט רוסלאנד אנעקסירט קרים פון אוקראַינע טראץ'ן פארשריגן ווערן פון דער גאנצער וועלט אז זי זאל עס נישט טאן. שווערע סאנקציעס זענען דאן ארויפגעשטעלט געווארן אויף רוסלאנד צוליב'ן אנעקסירן קרים, און די אייראפעאישע פאראיין סאנקציעס האבן קלאר געזאגט אז קיין שום אייראפעאישע פירמע טאר נישט פארקויפן קיין שום ענערגיע פראדוקטן פאר דער רוסיש-קאנטראלירטער רעגירונג אין קרים. אצינד האט מען אויפגעכאפט וויאזוי עס ווערן געליפערט גרויסע טורביינס, פאבריצירט דורך די דייטשע "סיימענס" פירמע, וואס דעריבער ווערט די פירמע באשולדיגט אין פארקויפן פאר רוסלאנד, טראץ'ן וויסן אז זיי גייען עס ליפערן פאר קרים. סיימענס לייקנט אבער די גאנצע זאך, און זאגט אז זי האט פארקויפט די טורביינס דירעקט גענוצט צו ווערן פאר פראיעקטן אין רוסלאנד זעלבסט, און זי פארשט אויס וויאזוי זי איז פארנארט געווארן.

בילד: רוסלאנד ליפערט טורביינס קיין קרים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל