איטאליע – א ספעציעלע סאמיט איז אפגעהאלטן געווארן נעכטן אין טריעסט, איטאליע, וואו זעקס באלקאן לענדער האבן זיך צוזאמגעזעצט צו דיסקוסירן פארשידענע אישוס וואס פלאגן דעם באלקאן ראיאן, און א הויפט מעסעדזש וואס איז ארויסגעקומען פונעם סאמיט, וואס מען האט געהערט ספעציפישע קאטעגארישע רייד פונעם מאקעדאניער אויסערן מיניסטער ניקאלע דעמיטראוו, איז געווען אז די לענדער זענען שוין זאט פון ווארטן און ווארטן, און ווילן אז די אייראפעאישע פאראיין זאל זיי וואס שנעלער אקצעפטירן אלס אפיציעלע מיטגלידער אין דער קערפערשאפט. די זעקס לענדער, סערביע, באסניע, קאסאווע, מאנטענעגרא, מאקעדאניע און אלבאניע, זאגן אז די אייראפעאישע פאראיין זאל זיך נישט נארן, נאר פארשטיין אז ווען דער ברעקזיט וועט זיין פארטיג, און ענגלאנד וועט מער נישט זיין טייל פונעם פאראיין, וועט פעלן א ריזיגע שטיק פון עקאנאמישע וואוקס און געלעגנהייטן פאר'ן פאראיין, און דעריבער קענען די זעקס באלקאן לענדער שפילן די ראלע פון אנפילן דעם לאך וואס ענגלאנד וועט לאזן ליידיג. דייטשלאנד'ס אויסערן מיניסטעריום האט אדרעסירט ספעציפיש מאקעדאניע'ס פארלאנג, זאגנדיג אז מאקעדאניע באלאנגט טאקע אינעם אייראפעאישן יוניאן.

בילד: באלקאן לענדער זוכן אי-יו מיטגלידערשאפט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל