אלבאני – צווישן די פארשידענע געזעצן וואס דער ניו יארק סטעיט סענאט און סטעיט אסעמבלי האבן באשטעטיגט אין איילעניש, אין די לעצטע שטונדן בעפאר זיי זענען אוועקגעפארן פון אלבאני אויף זייערע זומער וואקאציעס, איז א געזעץ לטובת דעם ניו יארקער אידנטום, וואס וועט ערלויבן אידישע בתי דינים דורכצופירן דיני תורה'ס אויך אום זונטאגס, וואס איז ביז היינט נישט געווען אפיציעל ערלויבט, און געריכטן האבן געקענט ארויסווארפן און זיך נישט רעכענען מיט פסקים וואס בתי דינים האבן ארויסגעגעבן אום זונטאג. דער פאזיטיווער טויש אינעם געזעץ איז באשטעטיגט געווארן נאכ'ן אויפגעברענגט ווערן דורך סטעיט סענאטאר ר' שמחה פעלדער און עטליכע פון זיינע קאלעגעס אין די אסעמבלי, און פון היינט און ווייטער וועלן אלע פסקים פון בתי דינים אום זונטאגס טראגן די זעלבע לעגאלע האפט און מאכט ווי אנדערע טעג.

בילד: נייע ניו יארקער געזעץ לטובת בתי דינים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל